מעלה אדומים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מעלה אדומים (שטאָט)
Maale Adumim COA.png
Ma'ale Adumim, 2006 (2).jpg
מעלה אדומים צענטראַל
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאטע 1975
ראיאן יהודה און שומרון
בירגערמייסטער בעני קאַשריעל
אפיציעלע שפראך העברעיש
שטח 49.177 קוואדראט ק"מ
הייך 500 מעטער
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

35,000‏
712 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2

מעלה אדומים, איז א שטאָט אין מדבר יהודה אין מערב ברעג, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ירושלים, צפון פון מדבר יהודה. עס איז דערקלערט געווארן אלס שטאָט, אין יאר 1991.

די ערשטע הייזער זענען געבויט געווארן אין יאר 1975, וואס וויבאלד די שטאָט איז נאנט צו ירושלים, האט עס געצויגן מערערע איינוווינער. מעלה אדומים דינט אלס צענטראלע שטאָט פון גוש אדומים געגנט. די בירגערמייסטער איז בני כשריאל.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאָט א באפעלקערונג פון 35,000 ריכטיק פאר 2010.

די פאקט אז מעלה אדומים געפונט זיך אין די פארנומענע געביטן, איז אן אנגייענדע שטרייט צווישן ישראל און די פאלעסטינער. איר צוקונפט איז דעריבער נישט קלאר, וואס נאכן אונטער שרייבן א שלום אפמאך צו וועמען די שטאט וועט געהערן. מאנכע אין ישראל שלאגן פאר, פאר ישראל צו בויען אין די געגנט צווישן מעלה אדומים אין ירושלים, און פארבינדן די צוויי שטעט. פאלעסטינער און לינקע ארגאניזאציעס זענען דערקעגן, מיטן דער טענה אז די ציל מיטן בויען איז צוטיילן צווישן יהודה און שומרון, אזוי ארום וועט די פאלעסטינער לאנד זיין צוטיילט.

אין יאר 2000, זענען די צוויי רעגירונגען פון ישראל און פאלעסטינער אויטאריטעטן געקומען צום פארשטענדעניש, אז מעלה אדומים וועט זיין א טייל פון ישראל, צוזאמען מיט אנדערע געגנטן ווי גוש עציון, און אריאל געגנט.

ביים בויען די זיכערהייטס צוים, איז געווען מיינונגס פארשידענהייטן, אויב אריינצורעכענען די שטאט, די רעגירונג האט געוואלט אריינרעכענען די שטאט אינערהאלב די צוים, נאך דרוק פון אמעריקע, און נאכן אפעלירן צו בג"ץ, איז די שטאט געבליבן אינדרויסן פון צוים.

צווילינג שטעט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]