בית שמש
|
||||||||||||||||||||||||||||
בית שמש איז א שטאָט אין ישראל אינעם ירושלים דיסטריקט, אוואו אסאך ירושלים'ער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן נישט מער ווי צען יאר צוריק. אום 2010 איז זיין באפעלקערונג געווען 79,000.[1] די היינטיגע שטאט איז געגרינדעט אום 1950, אבער ס'איז געווען אויפן ארט א יישוב שוין אין די תנ"ך צייטן.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] געשיכטע
די שטאָט איז געווען ערשט געגרינדעט אין דער פאַרצייַטיקער כנעענישער צייַט.
בית שמש ווערט דערמאנט אין תנ"ך, אין יהושע (קאפיטל טו) דערמאנט בית שמש אין דעם ארבטייל פון שבט יהודה, ליגן אויף דער גרענעץ צווישן שבט יהודה און שבט דן. שפעטער (יהושע קאפיטל כא) ווערט געברענגט אז מען האט די שטאט געגעבן צו די כהנים. די שטאָט איז אויך דערמאנט אין שמואל א (קאפיטל ו), אז דער ארון הברית האט צוריקגעקערט צו די יידן דורך בית שמש, און די מענטשן פון בית שמש האבן אויפגענומען דעם ארון מיט קרבנות. אויך אין מלכים ב איז דערמאנט אַ מלחמה דארטן צווישן אמציה, מלך פון יהודה, און יואש, מלך פון ישראל. דאס איבערבלייבס פונעם אלטן ייִשובֿ זענען פאראן היינט אין תל בית שמש.
אין 2003 האט מען אנטפלעקט אין בית שמש די עלטסטע אייזן ווארשטאט אין דער וועלט.
[באַאַרבעטן] מאדערנע שטאט
אין די פריערע טעג פון בית שמש, האבן געוואוינט דאָרט דער הויפּט אימיגראנטן פון איראַן, איראַק, צפון אפריקע, און רומעניע, הגם איבער די יאָרן זענען אויך אנגעקומען אימיגראנטן פון עטיאפיע, רוסלאַנד און די פאַרייניקטע שטאַטן.
אין 2003, האט מען ווידערגעעפנט די בית שמש באַן סטאַנציע. די באַן סטאַנציע ליגט אויף דער ליניע פון ירושלים קיין תל אביב-יפו.
[באַאַרבעטן] די היינטיגע שטאט
די געגנטן אין בית שמש זיינען:
- נחלה ומנוחה (אויף העברעיש: הקריה) - עס וואוינען דארט אסאך גערער חסידים.
- רמת בית שמש א' - וווינען דארט בעיקר אמעריקאנער און עולים.
- רמת בית שמש ב' - ווערט געטיילט אויף צוויי געגנטן:
- קרית רמ"א (אין אנפאנג האט מען דאס גערופן זנוח ווייל עס איז נאנט צום דארף "זנוח") - וווינען דארט א טייל פון קנאישע קרייזן.
- רמת בית שמש ב'
- נחלת הערשי פרידמן (נאך דער קבלן (קאנטראקטאר) "הערשל פרידמאן) - א געגנט צווישן דער קריה און רמה ב'.
[באַאַרבעטן] ראט פארזיצער און בירגערמייסטער
- שמואל אביעזר (1953-1955)
- מנחם נוימאן (1955-1965)
- עובד סרי לוי (1965-1967)
- עמרם לאק (1967-1978)
- יהודה בן זאב (1978-1989)
- שלום פדידה (1989-1993) - ראש העיר הראשון
- דניאל וועקנין - (2008- 1993)
- משה אבוטבול - (געוויילט 2008)
[באַאַרבעטן] ערים תאומות
קאקא, פלארידע, פאראייניגטע שטאטן
ראמאפא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
להאסע, כינע (זייט 2007)
ספליט, קראאטיע
נארדהאוזן, דייטשלאנד
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ Table 3 - Population of Localities Numbering Above 1,000 Residents and Other Rural Population. ישראל צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק (2008-06-30). דערגרייכט דעם 2008-10-03.
אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט
אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואדמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסעי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדעיל • שטראסבורג • שיקאגא
| אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | ירושלים | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נס ציונה | נצרת | נצרת עילית | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקווה | צפת | קלנסווה | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |