אנטווערפן יידנטום

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.



יידן האבן געוואוינט אין אנטווערפן שוין הונדערטער יארן צוריק, אבער די היינטיגע קהילות זענען געגרינדעט בערך אין תר"ס. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב היינט איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". הרב חיים קרייזווירטה איז געווען אב"ד פון מחזיקי הדת אומגעפער פופציק יאר, ביז זיין פטירה אין תשס"ג.

נאך דער חורבן אייראפע ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע יידן. בערך 15,000 חרדישע יידן וואוינען אין דער שטאט, רובם ככולם חסידים. די מחזיקי הדת האט א נעצווערק פון בתי מדרשים, שטיבלעך, כשרע קראמען, שולעס און אנדערע ארגאניזאציעס. דאס פשעווארסקער חסידות איז הויפטקווארטירט אין אנטווערפן.

מחזיקי הדת[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן איז געגרינדעט געווערן בערך תר"ן. די רבנים פון דער קהילה זענען געווען:

דער היינטיגער ראש בית דין איז הרב אליהו שטערנבוך, אן איידעם פון דעם סערעט-וויזשניצער רבי'ן.

בתי מדרשים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שולן, בתי מדרשים און שטיבלעך אין אנטווערפן זענען:

  • אלעקסאנדר
  • אהל יעקב
  • ארבע כנפות מנין ותיקין
  • באבאוו
  • בית הכנסת מחזיקי הדת אסטן גאס
  • בית הכנסת שומרי הדת וואן דע נעסטלי
  • בית הכנסת אייזעמאן
  • בית הכנסת פארטוגעזישע שול
  • בית יעקב בבנין קהילת מחזיקי הדת
  • בית יצחק פשעווארסק
  • בית מרדכי (גערופן לייזער מרדכי שינאווער שטיבל)
  • בעלזא מרכזי
  • בעלזא לאנגע לעעם
  • גערער שטיבל
  • דעת שלום שאץ
  • מאכניווקא
  • היכל אהרן
  • וויזשניץ חסידים
  • וויזשניץ מאדערן
  • זכרון בנימין חוג אברכים דאגודת ישראל.
  • זשמיגראד
  • חב"ד
  • טשארטקאווער קלויז
  • כולל אור שרגא
  • מורי'ה אונטער קהילת שומרי הדת
  • פרעמישלאן
  • סקווירא
  • סאטמאר אהרונים
  • סאטמאר זאלונים
  • קהל חסידים
  • קלויזענבורג
  • רב עמיאל


מוסדות התורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יסודי התורה, בית יעקב לבנות, ת"ת בעלזא, ת"ת תורה ויראה סאטמאר, ת"ת אנטווערפען, ת"ת וויזניץ, בית רחל ד'סאטמאר, בנות ירושלים בעלזא, ישיבת עץ חיים ווילרייק, ישיבת וויזניץ, ישיבת באבוב, ישיבת בעלזא, ישיבת סאטמאר, ישיבת חב"ד, כולל אור שרגא שטעטישער כולל, כולל בעלזא, כולל בעלזא היכל אהרן, כולל באבאוו, כולל סקווירא במסגרת מפעל הש"ס, כולל פשעווארסק בביהמ"ד אסטען, כולל ערב לייזער מרדכי.

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומענבורג  * בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדייל • שטראסבורג • שיקאגא