סקווירא (הויף)
סקווירא, אוקריינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי יצחק טווערסקי זצ"ל דער ערשטער סקווערער רבי און גרינדער פון דער סקווערער דינאסטיע אן אפצווייג פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. היינט איז הויפטקווארטירט אין שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.
אינהאַלט |
סקווערער חסידות [באַאַרבעטן]
סקווערער חסידים פאררופן זיך אלס די ממשיכים פון דעם ריינעם דרך החסידות פון אמאל, לייגנדיג א דגוש אויף התקשרות צו צדיקים, אהבת ישראל, און אן אויטענטישן חסיד'ישן שטייגער. סקווערער חסידים זענען די מערסטע באקאנט פאר זייער באלד-פאנאטישן איבערגעגעבנקייט צו זייער רבי און זיין פאמיליע. זיי ווייזן אן עקסטערן ענטוזיאסטישקייט פאר זייער רבינ'ס טישן, וועלכע ווערן געפירט פאר אלע דריי סעודות יעדן שבת, און אויף פילע יומא דפגרא'ס.
אויך זענען זיי באקאנט פאר די פילע אייגנארטיגע סקווערער מנהגים, וועלכע פארנעמען א צענטראלן פלאץ אינעם לעבנסגאנג פון א סקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם שטעטל ווי ערנסטערע בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.
סקווערער חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייטן און ראש חודש סעודות -- וואו מען דערציילט סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און אויף צו לערנען אין גרופעס פון ספר "מאור עינים", וואס איז פארפאסט געווארן דורך דעם גרינדער פון דער טשערנאבילער גזע, ר' מנחם נחום מטשערנאביל זצ"ל.
היינטיגע סקווערער חסידים -- ספעציעל די וואס וואוינען אין דעם שטעטל -- זענען אויך באקאנט פאר א געוויסע אלט-מאדישקייט, אין גרויס טייל איז דאס א תוצאה פון זייער זעלבסט-געקליבענער אפגעזונדערטקייט אין זייער שטעטל און די נאטורלעכע תוצאות דערפון. צוליב פארשידענע סיבות איז עס אין די לעצטיגע יארן שוין נישט אזוי מערקבאר ווי אמאל.
אחוץ דעם סקווערער שטעטל זענען דא סקווערער שטיבלעך אין לאנדאן, ענגלאנד און אין ירושלים. אין תש"ס האבן די סקווערער חסידים אין ירושלים אויפגעשטעלט א חדר "ת"ת תולדות יעקב יוסף" וואס האט היינט 250 יינגלעך,[1] און אויך האבן זיי א ישיבה קטנה פאר 50 בחורים.[2]
היסטאריע [באַאַרבעטן]
ר' איציקל סקווערער [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – יצחק טווערסקי
דער ערשטער סקווערער רבי, רבי איציקל סקווערער זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דעם טשערנאבילער מגיד ר' מאטעלע זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער אוקראינע. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם רוזשינער זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון ר' הערשעלע סקווירער, האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' אהרעלע טיטובער וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן די סקווערער רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלס איינע פון די נאטסטע אייניקלעך פונ'ם בעש"ט. ווארשיינליך אלס די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר דער חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין מעזשביזש און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."
ר' איציקל האט אינאיינעם געהאט פיר זין. פון זיין ערשטן ווייב, די טאכטער פון ר' דן מראדוויל, האט ער געהאט צוויי זון, ר' אברהם יהושע העשיל און ר' נחום. פון דעם צווייטן ווייב האט ער נישט געהאט קיין קינדער. פון דעם דריטן ווייב האט ער געהאט צוויי זין, ר' ישראל, און ר' דוד'ל סקווערער.
מאכניווקא, א צווייג פון סקווירא [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – מאכניווקא (הויף)
נאך דער פטירה פון זייער פאטער ר' איציקל האבן די ברידער געפירט צוזאמען אין דער שטאט סקווירא. ר' אברהם יהושע העשיל האט זיך שפעטער געצויגן קיין מאכניווקא ווי ער האט אויפגעשטעלט זיין הויף. נאך זיין פטירה האט איבערגענומען זיין זון ר' יוסף מאיר'ל מאכניווקער.
ר' יוסף מאיר'ל האט געהאט פיר טעכטער אבער זיינע זין זענען געשטארבן יונגערהייט. ווען א טאכטער איז געווארן א כלה ביי הר"ר דוד פון סקווער, האט ר' דוד געזאגט צו אים אזוי: מיין אנדער מחותן, הר"ר יעקב לייב פון טריסק, האט אויך נישט געהאט קיין זין ביז ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר גיב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א בן זכר.
כ"ד אדר ה'תרנ"ה איז זיין ברכה מקויים געווארן מיט געבורט פון א זון צו ר' יוסף מאיר. ער האט אים א נאמען געגעבן אברהם יהושע העשיל.
הר"ר אברהם יהושע העשיל איז געווען דער לעצטער רבי אין מאכניווקא, באקאנט פאר זיין מסירות נפש פאר אידישקייט אין קאמוניסטישן רוסלאנד. ער האט פארציילט אויף זיך אז זייענדיג פארשיקט קיין סיביר האט ער אפילו דאס שלאפן אין סוכה נישט אויפגעגעבן טראץ דעם וואס די קעלט זענען געווען אזוי שטארק אז ווען מען האט קידוש געמאכט אין דער סוכה איז די וויין אין בעכער פארפרוירן געווארן איידער מען האט געענדיגט קידוש צו מאכן.
שפעטער, ווען די רוסן האבן אים ארויסגעלאזט, איז ר' אברהם יהושע העשיל געקומען וואוינען אין ארץ ישראל און אויסגעלעבט זיינע יארן אין בני ברק, וואו ער איז נסתלק געווארן יום כפור ה'תשמ"ח.
ר' דוד'ל סקווערער [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – דוד טווערסקי (א)
דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' דוד'ל סקווערער. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."
ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט ?צוועלף? זון, צוויי פון זיין ערשטער ווייב -- ר' מרדכי און ר' משה -- און ?צען? פון זיין צווייטער ווייב, צפורה, דער טאכטער פון ר' אליקים געץ אוסטראה'ר. עטליכע פון זיי זענען ר' איציקל קעשענאווער, ר' יעקב יוסף טווערסקי -- דער גרינדער פון סקווערע שטעטל, ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.
ביים אנהייב פון דער באלשעוויקער רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין קיעוו צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד וועלעכע איז געווען א שטארק אפגעהיטענער און א מפונק האט נישט געקענט אויסהאלטן דאס ארומוואנדערן און דאס שמוציגע גלות לעבן דערפאר איז ער קראנק געווארן צוליב די שווערע אומשטענדן וואס האבן געהערשט איבעראל אין דעם געגנט צוליב די פאליטישע איבערקערענישן. ער איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז באערדיגט אין קיעוו.
דער פריערדיגער סקווערער רבי, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצ"ל [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – יעקב יוסף טווערסקי
דורך דעם פריערדיגן סקווערער רבין, ר' יעקב יוסף, איז דאס חסידות געווארן איבערגעפלאנצט און אויפגעבויט אין אמעריקע נאך דעם צווייטן וועלט קריג. די גרינדונג פון שיכון סקווירא איז אין זיין צייט פארעכנט געווארן אלס אן אומפארגלייכבארער אויפטו אין דער היסטאריע פון חסידישע הויפן, און פיל אנדערע זענען פון דעם אינספירירט געווארן דאס נאכצוטוהן, אריינגערעכנט דאס סאטמארער שטעטל קרית יואל, געגרינדעט דורך ר' יואל טייטלבוים זצ"ל אין מאנרו, ניו יארק.
דאס אויפבוי פון שיכון סקווירא [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – שיכון סקווירא
שארפע דיפערענצן מיט קנאות פון סאטמארער רב ז"ל [באַאַרבעטן]
זייענדיג אן אוקראינישער און זייענדיג אן אויפגעהאדעוועטער אין דעם וויגעלע פון חסידות האט ער שווער זיך פארנומען מיטן סאטמארער רבי'נס שארפע אויסשפראך, וואס האט זיך באנוצט מער מיט די אויסשפראך וועלעכע איז גענוצט געווארן אין גאליציע און אין אונגאריש חסידות, אויך איז איהם שווער געווען צו אקצעפטירן די שיטה פון סאטמארער רב אנצייגנדיג אז דאס שטימט נישט גענוי מיט די פונדאמענטן פון דער חסידישער שיטה ווי עס ווערט מבואר אין ספר הקדוש תולדות יעקב יוסף.
דער היינטיגער רבי, ר' דוד טווערסקי [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – דוד טווערסקי
דער היינטיגער רבי איז רבי דוד טווערסקי, א זון פון רבי יעקב יוסף.
דער סקווערער ראב"ד איז רבי יוחנן וואזנער, פון די גרעסטע פוסקים בדורינו.
סקווערער מנהגים [באַאַרבעטן]
סקווירא איז באקאנט פאר אירע פארשידענע אייגנארטיגע מנהגים, וועלכע ווערן אנגעהאלטן שטרענג דורך די חסידים. פאלגנד זענען עטליכע, מיט זייערע טעמים.
מפי אליהו [באַאַרבעטן]
דריי מנהגים זענען מקובל איש מפי איש פון דעם בעל מאור עינים, וועלכער, חסידים דערציילן, האט דאס מקבל געווען פון אליהו הנביא:
- אויסזאגן גאנץ תהלים אן קיין הפסק שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען;
- אויסזאגן גאנץ הלל ערב פסח ביים מצות באקן מיט א ברכה מיט שם ומלכות;
- מאכן צוויי שי"נ'ס מיט'ן קשר פון די תפילין אויפ'ן קיבורת (אויבערשטער חלק פון ארעם).
מנהגים ביים דאווענען [באַאַרבעטן]
- זאגן "ויקרב קץ משיחיה" ביי קדיש: דער נוסח איז מקובל פון דעם טשערנאבילער מגיד, און ווערט אויך געברענגט אין אבודרהם.
- זאגן "ברוך יאמרו" ביי קדושת נקדישך, און "משבחים ואומרים" ביי קדושת כתר: אויך דאס איז מקובל פון דעם טשערנאבילער מגיד; אין סידור דעת קדושים פון בוטשאטשער רב ווערט געברענגט אויף דעם א טעם.
- נישט זאגן תחנון ג' כסלו: ר' אברהם יהושע העשיל מסקווירא האט געזאגט אמאל פאר זיין פאטער ר' איציקל אז ער האט געזען אין אן אלטן ספר נישט צו זאגן תחנון ג' כסלו. האט זיין פאטער געזאגט, "אה, מיין אברהם יהושע העשיל מאכט זיך א יום טוב. נו, זאל מען נישט זאגן קיין תחנון." פון דאמאלס אן האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין סקווירא ג' כסליו. שפעטער, ווען ר' אברהם יהושע העשיל איז נסתלק געווארן אין ג' כסליו האבן חסידים פארטייטשט אז דאס האט זיין פאטער געמיינט.
- אויך ווערט דערמאנט ג' כסליו אין מגילת תענית אלס איינער פון די טעג "דלא למספד בהון". אין "אמרי פנחס" ווערט אויך געברענגט אז אין דעם טאג איז געשען א געוויסער נס.
- נישט זאגן תחנון פון פסח שני ביז כ' אייר (די וואך פון "הוד"): דער טשערנאבילער מגיד האט אנגעוויזן אויף דעם אין זוהר רעיא מהימנא פ' בהעלותך אז אין די טעג פון ספירת הוד זענען "תרעין פתוחין" (די הימלישע טויערן זענען אפן, און עס איז א צייט פון שמחה).
מנהגים פון לבוש [באַאַרבעטן]
- פאר'ן קיטל צו טראגן יום כיפור, פסח, און ביום החופה נוצט מען רעכטע תכריכים: אויף צו דערמאנען דעם יום הדין.
- ישיבה בחורים און כולל יונגעלייט טראגן א גארטל א גאנצן טאג : מנהג פון פריערדיגן סקווערער רבי'ן, ר' יעקב יוסף, מעגליך גענומען פון די התנהגות פון יושבים אין בעלז.
- טראגן שטיוול שבת: די אורזאך דערפון, שטאמט פונעם געפירעכטס פונעם אלטן סקווערער רבי רבי יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל, וואס האט דאס איינגעפירט אלץ שבת'דיגע חסידישע לבוש ביי זיינע נאנטע חסידים.
אין סקווירא פלעגן די רבי'ס אמאל גיין מיט ווייסע זאקן ווי ביי אנדערע חסידים. ר' יעקב יוסף האט אבער נישט געוואלט טראגן קיין ווייסע זאקן אויס כבוד פאר זיין ברודער ר' איציקל קעשענאווער (וועמען די שוויגער האט נישט געלאזט טראגן צוליב דעם וואס איר מאן, ר' ברוך אשר ב"ר בנציון מטשערנאביל-לעאוו האט נישט געטראגן). אלץ א פשרה האט ר' יעקב יוסף זיך אנגעטון שטיוול, נישט וועלנדיג אפטרעטן פון דעם חסידישן מנהג פון נישט גיין מיט הויזן, און דאס שוין אויסגענוצט אלץ ספעציעלע לבוש פאר זיינע שפעטערדיגע נאכפאלגער. צום באמערקן איז שטיוול געווען גאר מצוי אלס א חסידישער לבוש אין רוסלאנד/אוקריינע.
- טראגן א פארמאכטע טלית קטן : אין סידור הרב ווערט געברענגט פון כתבי אר"י אז דער בגד פון טלית קטן זאל צודעקן די ברוסטן.
פארשידענע מנהגים [באַאַרבעטן]
- נישט לייגן א ניי געבוירן קינד אין א בעטל (פון דעם נעמט זיך אז מען נעמט אנשטאט דעם א גרויס לעדל און מ'שטעלט דאס אוועק אויף צוויי בענקלעך צו מאכן ווי א בעט): דער מנהג קומט ארגינעל אלס נישט קויפן אדער זיך באנוצן מיט באשטימטע חפצים פאר א קינד אונטער דרייסיג טעג אלס שמירה... אין דעם איז אריינגערעכנט נישט ניצן קיין וויג אדער א קינדערוועגעלע, נישט אנטון קיין געקויפטע בגדים (אנשטאט דעם קען מען נוצן א מין קימאנא), א.א.וו. דער מנהג איז אבער נאר נתפשט געווארן לגבי דעם בעטל.
- א קימפעטארין גייט נישט ארויס פון הויז און בלייבט נישט אין הויז אן א שומר פאר דרייסיג טעג: ווערט געברענגט אין שו"ת שבות יעקב אלס שמירה.
- מאכן אן אפשערן (מאכן פיאות) פאר א קינד ווען ער ווערט אלט צוויי יאר (נישט ביי דריי) : דער טעם נעמט זיך פונעם הייליגער יעב"ץ, אין זיין ספר מגדל עוז, ווי מ'לערנט ארויס פון פסוק אז נאך די 24 חדשי הנקה וואס א קינד פלעגט אמאל זייגן ביז דאן, הייסט מען שוין אנטוויינט, און מ'איז שוין ראוי צו חינוך.
- נישט חתונה מאכן אין די טעג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, און פון ר"ח תמוז ביז ט"ו אב : מנהג פון סקווערער רבי'ס צוליב וואס אין זוהר שטייט אויף די טעג אז זיי זענען ימים הנמוכים און עס הערשט אין זיי מדת הגבורה.
- מען טוהט זיך נישט סתם אזוי שערן, נאר זיבן געלעגנהייטן: 1] ערב ראש השנה 2] שבת פרשת מקץ 3] שבת שקלים 4] ערב פסח 5] מח לעומר 6] שבת נחמו 7] שבת פאר דער חתונה - חתן'ס זייט, טאג פון דער חתונה - כלה'ס זייט.
מנהגים פון צוואות רבי יהודה החסיד [באַאַרבעטן]
- נישט מאכן קיין שידוכים מאנטיג און מיטוואך, און נישט חתונה מאכן א' ג' און ה' פון דעם חודש.
- נישט טרעטן אויף א פלאץ וואס איז אמאל געווען אן אויוון.
- נישט פארבויען א טיר אדער א פענסטער נאר לאזן א טירל פון בערך 12x12 אינטשעס.
דער סקווערער בוים [באַאַרבעטן]
רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"ב - י"ז ניסן ה'תרמ"ה) פון סקווירא.
- פון זיין ערשטן זיווג א טאכטער פון רבי דן יונגערלייב פון ראדוויל.
- רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי ( - ג' כסלו ה'תרמ"ז), פון סקווירא. ער האט געהייראט בז"ר א טאכטער פון רבי שמואל אשכנזי, בז"ש א טאכטער פון רבי יוסף זילבערפארב.
-
- רבי יוסף מאיר טווערסקי (ה'תרי"ז - כ"ט אב ה'תרע"ז), פון מאכניווקא. ער האט געהייראט מרת בתיה רבקה, א טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו.
-
- רבי דוד טווערסקי ( - ה'תר"ף).
- רבי יצחק טווערסקי.
- פון צווייטן זיווג מרת חיה מלכה א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער האט ער נישט געהאט קיין קינדער.
- רבי ישראל טווערסקי ( - כ"ז אלול ה'תרע"ט), פון סקווירא. ער האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם טווערסקי, מגיד אין טוריסק.
-
- טאכטער - ווייב פון רבי דוד יעקב קאריסטשאווער
- רבי מנחם נחום טווערסקי ( - א' ניסן ה'תרמ"ו), פון שפיקאוו. ער האט געהייראט מרת שיינדל א טאכטער פון רבי דוד טווערסקי פון טאלנא
-
- רבי מרדכי טווערסקי ( - י"ח ניסן ה'תרע"ד), ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון רבי יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.
-
- רבי יצחק נחום טווערסקי הי"ד (ה'תרמ"ח - ה'תש"א), פון ראווע רוסקא, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישכר דוב רוקח רב אין בעלזא.
- רבי משה דוד טווערסקי, אן איידעם פון רבי שלמה זלמינא פון ראשקאוו.
- מרת פייגא, די ווייב פון רבי שלום יוסף פרידמאן (ה'תרל"ח - פורים ה'תר"ף), פון שפיקאוו.
- מרת חיה, די ווייב פון רבי נחום טווערסקי פון טוריסק.
- מרת מירל, די ווייב פון רבי אשר פערלאוו (דער צווייטער) פון סטאלין.
- רבי דוד טווערסקי ( - ט"ו כסלו ה'תר"ף), פון סקווירא. ער האט געהייראט בז"ר א טאכטער פון זיין פעטער רבי שלמה, פון סאווראן, בז"ש האט ער געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון רבי אליקים געץ פון אוסטראה.
- רבי מרדכי טווערסקי ( - ה'תר"ף), פון סקווירא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון סקווירא.
- רבי יצחק טווערסקי, געקומען קיין אמעריקע אין ה'תרפ"ג
- רבי דוד טווערסקי, סקווירער רבי פון בארא פארק
- רבי יחיאל מיכל טווערסקי, היינטיגער סקווירער רבי פון בארא פארק
- רבי מרדכי טווערסקי, סקווירער רבי פון פלעטבוש
- רבי משה טווערסקי, היינטיגער סקווירא רבי פון פלעטבוש
- רבי דוד טווערסקי, סקווירער רבי פון בארא פארק
- רבי יצחק טווערסקי, געקומען קיין אמעריקע אין ה'תרפ"ג
- רבי משה טווערסקי ( - ה'תר"ף), פון סקווירא. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי יעקב אריה טווערסקי, טריסקער רבי פון לאנדאן און בני ברק.
- רבי אהרן טווערסקי, ער האט געהייראט מרת ברכה, א טאכטער פון רבי יצחק פרידמאן, פון באהוש.
- רבי שלמה טווערסקי ( - ה'תרפ"א), ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אריה לייב רוקח, פון מאגאראוו, א זון פון הרב יהושע רוקח פון בעלזא.
- רבי אלעזר טווערסקי, פון סקווירא - פאלטיטשאן
- רבי נחום טווערסקי, ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי יוסף מאיר טווערסקי, פון מאכניווקא.
- רבי יצחק טווערסקי, פון קעשענאוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי שלמה שמואל טווערסקי, פון טשערנאביל - ברוקלין.
- רבי יעקב יוסף טווערסקי ( - ב' ניסן ה'תשכ"ח), פון שיכון סקווירא.
- פייגא מלכה - ווייב פון רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי (ערשטער זיווג - זי איז געשטארבן יונג, נישט איבערגעלאזט קיין קינדער)
- סימא מירל - ווייב פון ר' מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי (צווייטער זיווג)
- ר' פנחס שלום, וויזשניצער רב אין בארא פארק, איידעם פון ר' הערשעלע ספינקער
- צפורה - ווייב פון ר' אברהם דוב טווערסקי - רחמיסטריווקא-מאנסי
- מרים - ווייב פון ר' חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק
- רבי דוד טווערסקי, היינטיגער סקווירער רבי פון שיכון סקווירא
- רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי, בכור פון רבי דוד, איידעם פון וויזשניץ-מאנסי רבי
- הרב יעקב יוסף טווערסקי, זון פון ר' אהרן מענדל, איידעם פון ר' יצחק, צווייטער זון פון ר' דוד מסקווירא
- ר' פנחס צבי אריה טווערסקי, זון פון ר' יעקב יוסף, איר אייניקל פונעם סקווערער רבי'ן
- הרב יעקב יוסף טווערסקי, זון פון ר' אהרן מענדל, איידעם פון ר' יצחק, צווייטער זון פון ר' דוד מסקווירא
- רבי יצחק טווערסקי, זון פון ר' דוד, איידעם פונעם וויזשניצער רבי'ן
- רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי, בכור פון רבי דוד, איידעם פון וויזשניץ-מאנסי רבי
- רבי מרדכי טווערסקי ( - ה'תר"ף), פון סקווירא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי, פון סקווירא.
זעט אויך [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ סקווערער חדר אין ירושלים (אויף העברעיש)
- ↑ סקווערער ישיבה קטנה אין ירושלים (אויף העברעיש)