פורים

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
המן-טאַשן

פורים איז א יידישער יום טוב וואס ווערט געפייערט י"ד אדר, און ביי פארפאנצערנע שטעט וואס זיינען פארפאנצערט נאך פון יהושע בן נון'ס צייטן (היינט איז דאס ירושלים און שושן) ווערט ער געפייערט ט"ו אדר, דער טאג ט"ו אדר הייסט "שושן פורים.

[באַאַרבעטן] שטאמונג

צווישן די יארן ג'רצ"ד צו ג'רע"ה ווען פרסס קעניגרייך האט געהערשט איבער אזיע, האט המן, איינער פון די גרויסע מיניסטארן פון קעניג אחשוורוש, געפלאנט צו פארלענדן דאס יידישע פאלק, אבער דורך אסתר המלכה די ווייב פון אחשוורוש און איר שוועסטערקינד מרדכי הצדיק, איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן פון דער שווערער גזירה.

[באַאַרבעטן] מצוות און מנהגים

  • מען ליינט מגילת אסתר ביינאכט און בייטאג און מען קלאפט המן'ען מיט גראגערס א.ד.ג.
  • מען לייגט צו על הנסים ביים דאווענען און ביים בענטשן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נסים.
  • מען טיילט מתנות לאביונים, געלט אדער עסן פאר ארעמעלייט
  • מען שיקט משלוח מנות
  • מען פארשטעלט זיך מיט מאסקעס.
  • מען עסט המן-טאשן
  • מען טרינקט און שיכורט זיך אן "עד דלא ידע".

[באַאַרבעטן] פורים משולש (דרייפאכיגער פורים)

ווען פורים געפאלט פרייטאג און שושן פורים שבת, האלטן די באפעסטיקע שטעט א דרייפאכיגן פורים, ווייל חז"ל האבן מתקן געווען נישט צו ליינען די מגילה שבת. דער סדר איז אזוי:

דער טעם פארוואס מתנות לאביונים איז צוגעטשעפעט צום מגילה ליינען, זאגט די גמרא (מסכת מגילה) ווייל די ארעמעלייט קוקן אויף דעם מגילה ליינען. דער טעם פארוואס די מצוה פון שלח-מנות איז צוגעטשעפעט צו דער פורים סעודה איז ווייל מ'שיקט שלח-מנות בכדי יעדער איינער זאל האבן וואס צו עסן ביי דער סעודה.

דער מקור פונעם דין אפצושטופן די סעודה אויף זונטאג געפונט זיך אין דער ירושלמי. אזוי דער ענין ווערט נישט אדורכגערעדט אין בבלי נעמען אן רוב פוסקים די שיטה פונעם ירושלמי אז מען מאכט די סעודה און מען שיקט שלח-מנות זונטאג.


ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת

ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר

שבועות | י"ז בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | ט"ו באב