זוועהיל (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

זוועהיל, וואהלין, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, דורך דעם וואס דארטן האט געוואוינט רבי משה זוועהילער, א זון פון רבי יחיאל מיכל, דער זלאטשאווער מגיד.

דער זוועהילער בוים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי משה ( - י' אייר ה'תקצ"א), פון זוועהיל, איידעם ביי רבי דוד ז"ק פון גראבאוויטש – מגיד אין מעזריטש און זוועהיל.

זשעליכאווער צווייג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יצחק שלמה גאלדמאן פון זשעליכאוו (ה'תקע"ג - כ"ט חשוון ה'תרל"ב), איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה פון קאזשניץ (הויף).

  • רבי משה אליקים בריעה גאלדבערג פון זשעליכאוו (י' אייר תקצ"ב - כ"ג תשרי תרס"ב) איידעם ביי רבי יהושע אשר פון פאריסאוו.
    • רבי יהושע אשר דוד גאלדבערג פון זשעליכאוו (נפ' כ"ב תשרי)
      • רבי אברהם שלום גאלדבערג פון זשעליכאוו הי"ד (נפ' חוה"מ סוכות תש"ב)
      • רבי אלימלך פון ריקע הי"ד (נפ' תש"ב)
      • רבי יעקב פון לאסקראוו
    • רבי ישראל חיים פון סטאצק ( תרי"ד - ד' אלול תרפ"ד) – מורה הוראה אי זשעליכאוו, און רב אין מאדזשיץ און סטאצק.
      • רבי אליעזר חיים פון סטאצק הי"ד (נפ' תש"ג)
      • רבי יצחק שלמה גאלדבערג, איידעם ביי רבי חיים שמואל פון כענטשין.
    • רבי ישראל אלימלך פראמער פון לאדזש, איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה פון זשעליכאוו.
    • רבי גרשון ראטבלאט פון שעדליץ, איידעם ביי רבי משה אליקים בריעה פון זשעליכאוו.
      • רבי יהושע אשר ראטבלאט פון שעדליץ (תר"ם - ט"ו כסלו תש"ב), איידעם ביי זיין פעטער רבי ישראל חיים פון סטאצק.
        • רבי אליעזר פלטיאל ראטבלאט פון שעניצא; שפעטער געווען אין קאלאמביע און (פון תשכ"ו) אין ניו יארק.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]