לוצק

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
יתומים הויז אין לוצק תרצ"ו

לוצק (אוקראיניש: Луцьк; רוסיש: Луцк) איז א שטאט ביים סטיר טייך אין צפון-מערב אוקראינע, אין דעם צענטער פון וואלין פראווינץ, מערב פון דער הויפטשטאט קיעוו. איר באפעלקערונג איז 206,000 (2007). פונעם 14טן יארהונדערט האט די שטאט געהאט א יידישע קהילה וואס איז געווען א מיטגליד אינעם וועד ארבע ארצות.

[באַאַרבעטן] היסטאריע

אין 1432 איז לוצק געקומען אונטער דער הערשאפֿט פונעם פוילישן קרוין און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן. ביזן סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז לוצק געווען אין פוילן; ביזן סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין רוסלאנד; צווישן די צוויי וועלט מלחמות אין פוילן. אין 1939 האט דער סאוועטן פארבאנד איינגענומען לוצק;אין 1941 איז זי געקומען אונטער דער אקופאציע פון נאצי דייטשלאנד; נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי ווידער אמאלל געווארן א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד. זײַט 1991 איז לוצק אין אוקראינע.

יידן האבן געוואוינט אין לוצק אינעם 10טן יארהונדערט, און א געמיינדער פון קראים זענען געקומען דארטן אינעם 13טן יארהונדערט.

לוצק איז געווארן א פאליטישער און עקאנאמישער צענטער. נאך דער פאראייניקונג פון פוילן מיט ליטא אין 1569 האבן די יידן אנגעהויבן צו האנדלען אויף א גרעסרן אופן; א טייל האבן געדונגען די ארענדע אויף שטייערן, ברייערייען און פאטאש פראדוקציע; אנדערע האבן געהאנדלט מיט וואלד און לאנדווירטשאפט פראדוקטן.


[באַאַרבעטן] מקורות