קאריץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קארעץ)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קאריץ (שטאָט)
Корець
Korets city fl.png COA Kopets.png
מדינה / טעריטאריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאארדינאטן 50°37′N 27°10′E / 50.617, 27.167קאארדינאטן: 50°37′N 27°10′E / 50.617, 27.167
געביט ריוונע
שטח 6 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2001)

 ‑ אין שטאָט

8,446‏
צייט זאנע UTC+2

קאריץ אדער קארעץ (אוקראיניש: Корець; פויליש: Korzec) איז א שטאט אין אוקראינע און דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם קאריצער ראיאן (Корецкий район), ראוונער אבלאסט. די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם קארטשיק טייך, 66 קילאמעטער מזרח פון ראוונע. אין 2001 האט די שטאט געהאט 8,446 איינוואוינער.

די שטאט איז געגרינדעט אין 1150. קארעץ האט געהערט צו דער אדעלער משפחה קארעצקי זייט דער צעטיילונג פון וואהלין.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט האט געוואוינט אין קאריץ של הרב פנחס שפירא, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד.

די ערשטע דרוקעריי געגרינדעט אין קארעץ איז געווען א דרוקעריי פאר יידישע ספרים. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1776 דורך הרב צבי הירש און זיין איידעם שמואל סג"ל. די דרוקעריי האט געארבעט ביז 1781 און האט געדרוקט 20 ספרים.

די שטאט האט געהאט א גרויסע יידישע געמיינדע. פאר דער חורבן אייראפע האבן געוואוינט אין קאריץ מער ווי 6,000 יידן. אין מיי 1942 האט מען אויפגעשטעלט א געטא אין דער שטאט. א טאג שפעטער האט מען געמערדעט צוויי טויזנט יידן אין קארעץ. אין סעפטעמבער 1942 האבן די נאציס ליקווידירט די געטא.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]