מאקעווע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מאַקעווע
Makó
Makó légifotó1.jpg
קוק אויף מאקעווע פון דער לופט
מדינה / טעריטאריע Flag of Hungary.svg אונגארן
קאארדינאטן 46°13′01″N 20°28′59″E / 46.21694, 20.48306
שטח 229.23 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטעטל
 ‑ ענגקייט

24,029‏
107,5 באוואוינער א ק"מ2

מאַקעווע (אונגאריש: Makó, רומעניש: Macǎu, דייטשיש: Makowa, סלאוואקיש: Makov) איז א שטעטל אין טשאנגראדער קאנט אין דרום־מזרח אונגארן. זי ליגט אויפן מאראס טייך, נישט ווייט פון דעם רומענישן גרענעץ.. דאס שטעטל האט א שטח פון 229.3 קוואדראט ק"מ.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז מאקעווע געווען די הויפשטאט פון טשאנאד קאנט, וואס איז היינט טייל אין אונגארן און טייל אין רומעניע.

מאקעווע איז געווען א גרויסער צענטער פון יידישקייט אין אונגארן. אין 1880 האבן געוואוינט דארט 1,447 יידן, און אין 1920 זענען געווען 2,388 יידן. הרב שלמה זלמן אולמאן, דער מחבר פון "יריעות שלמה", איז געווען רב פון מאקעווע אין די יארן תקפ"ב ביז תרכ"ג.

בשעת דער נאצי שלאנג איז דארטן אריינגעקומען האבן דארטן געוואוינט אומגעפער 270 ארטאדאקסישע פאמיליע'ס, וואס איבער 60 פראצענט דערפון האבן איבערגעלעבט דעם קריג.


קאארדינאטן: 46°13′01″N 20°28′59″E / 46.21694, 20.48306