אונגאריש

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

אונגעריש (אױך אונגאַריש, (אויף אונגעריש: magyar - מאַדזיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו ס'וואוינען דארט אסאך אונגערישע. אנדרעש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך 10 מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס איז כולל א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגארן פון פאר'ן ערשטן וועלט קריג). אחוץ דעם זענען דא אונגעריש רעדערס אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

[באַאַרבעטן] געאגראפישע פארטיילונג

ראיאנען אין אייראפע וואו מ'רעדט אונגאריש. באזירט אויף צענזוסן אין די לעצטע יארן און דעם CIA וועלט פאקטבוך 2006

אין די פאלגענדע לענדער רעדט מען אונגאריש אלס מוטער-שפראך:

לאנד רעדערס
אונגערן 10 מיליאן (צענזוס 2001)
רומעניע
(בעיקר זיבנבורגן)
1,443,970 (צענזוס 2002)
סלאוואקיי 520,528 (צענזוס 2001)
סערביע
(בעיקר וואויוואדינע)
293,299 (צענזוס 2002)
אוקראינע
(בעיקר זאקארפאטיע)
149,400 (צענזוס 2001)
פאראייניקטע שטאטן 117,973 (צענזוס 2000)
קאנאדע 75,555 (צענזוס 2001)
ישראל 70,000
עסטרייך
(בעיקר בורגנלאנד)
22,000
קראאטיע 16,500
סלאוועניע 9,240
Total 12-13 מיליאן
מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג


Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף אונגאריש


אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
אונגאריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטשיש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש