עסטרייך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון עסטרייך
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך דייטשיש
הויפטשטאט ווין
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
היינץ פישער
ווערנער פיימאן
גרינדונג דאטום
27סטן יולי 1955
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
83,872 קוואדראט ק"מ
115
1.7
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

8,356,707
92
99 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $322.506 ביליאן (35סט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאמען at.
טעלעפאן קאד 43+

דאס עסטרײַך (דײַטשיש: Österreich) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין אײראָפּע. זיין הויפט שטאָט איז וויען. עס וווֹינען דאָרט ווי 8.2 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. עסטרייך גרענעצט דייטשלאנד, טשעכיי, סלאוואקיי, אונגארן, סלאוועניע, איטאליע, שווייץ און ליכטנשטיין.

אין דער 19טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע, און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע. אין 1867, האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכער אימפעריע אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די עסטרייך אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין 1918 ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. די ערשטע עסטרייכער רעפובליק איז געגרינדעט אין 1919, מיט א קלענערן שטח לאנד. אין 1938 האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס, וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין 1945, ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד. די אקופאציע האט געענדיגט אין 1955 ווען דער עסטרייכער שטאַט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאַט. אין יענעם יאר האט דער עסטרייכער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך.