אייראפעישער פארבאנד
דער אייראפעישער פאראיין אדער דער אייראפעישער פארבאנד (איי־פֿ) איז א פארבאנד פון 27 לענדער מיט א פאראייניגטן מארק און בשותפותדיקע אינסטיטוציעס. רוב פון די מיטגלידער מדינות טיילן זיך מיט דער זעלבער מטבע, דער איירא.
אין 1957 האבן זעקס לענדער אויפגעשטעלט די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע. מיט דעם האט זיך אנגעהויבן וואס איז היינט געווארן דער אייראפעישער פארבאנד.
אינהאַלט |
געשיכטע [באַאַרבעטן]
נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז באשלאסן געווארן דער געדאַנק אַז אַן אייראפעישע צאמשטעלונג איז דער איינציגער וועג צו האַנדלען מיט די פארביי-גייענדע נאציאנאליזם פון וואס דער קאָנטינענט האט זיך געפלאגט. זשאַן מאָנע, ראבערט שומאַן און קאָנראַד אַדענאַוער האבן דאס איבערגעגעבן אין אַ רעדע אין יאר 1950, דער באַוואוסטער שומאַן פּלאַן. א יאָר שפּעטער איז די אייראפעישע קוילן און שטאָל געמיינדע געגרינדעט געווארן מיט דעם אפמאך פון פּאַריז דורך בעלגיע, פֿראַנקרייך, איטאליע, לוקסעמבורג, האלאנד און מערב דייטשלאַנד.
די קוילן און שטאל געמיינדע איז געווארן אַזוי געראָטן אַז אין יאר 1957 איז באַשלאָסן געווארן צו ציען ווייַטערע צאמבינדונגען. דער אפמאך פון רוים, געחתמעט דורך די זעלבע זעקס לענדער האט געגרינדעט די אייראפעישע עקאָנאָמישע געמיינדע און די אייראַטאָם. נאך דעם בריסל אפמאך אין יאר 1965, האבן די דרייַ אָרגאַניזאַציעס זיך צאמגעשטעלט אין 1967, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו אַרבעטן אונטער דעם נאָמען אייראפעישע געמיינדע. דאס האט געפירט צום פאָרלייגן פון א קאמיסיע, ראט און פּאַרלאַמענט.
אין יאר 1973, האבן דענמאַרק, אירלאַנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך זיך אייַנגעשלאָסן צו דער אייראפעישער געמיינדע. גריכנלאנד האט זיך אייַנגעשלאָסן אין יאר 1981, שפאניע און פּאָרטוגאַל אין יאר 1986. דער אפמאך פון מאַסטריכט האט באצייכענט די שאַפונג פון דעם אייראפעישן פֿאַרבאנד. דאס האט געלייגט דעם יסוד פֿאַר ווייַטער פארמען פון צוזאמענארבעט אין די געביט פון אויסערלענדישע ענינים און זיכערהייַט פּאָליטיק, לעגאַל און אינערלעכער ענינים, און אויך די פאָרמירונג פון דעם עקאנאמישע און געלט פאראיין און די פלענער פון שענגען צו שאפן אַ פרייען פארקער פאר מענטשן. אין יאר 1995 האבן עסטרייך, פינלאַנד און שוועדן זיך אייַנגעשלאָסן צום אייראפעישן פארבאנד.
דער איירא איז געווארן איינגעפירט אין יאר 2002. צען נייע לענדער האָבן זיך אייַנגעשלאָסן צום פארבאנד אין יאר 2004: קיפראס, עסטלאנד, אונגארן, לעטלאנד, ליטע, מאַלטאַ, פוילן, סלאָוועניע, סלאָוואַקײַ און טשעכיי. אין 2007, זענען צוקומען בולגאַריע און רומעניע, אַזוי האט דער אייראפעישער פארבאנד היינט 27 מיטגליד שטאַטן.
מיטגליד לענדער [באַאַרבעטן]
זייט 2007 אנטהאלט דער אייראפעישער פֿאַרבאַנד 27 מיטגליד שטאַטן, אַ טעריטאָריע פון 4,324,782 ק"מ² און בערך 500,000,000 איינוואוינער.[1] אויב מען וואלט אים פאררעכנט ווי אַ לאנד, איז דער אייראפעישער פֿאַרבאַנד דער זיבעטער גרעסטער אָרט אין דער וועלט אין טעריטאָריע, און דער דריטער נאָך כינע און אינדיע אין באַפעלקערונג.
|
|
*גרינלאנד האט אריינגעטרעטן אלס טייל פון דענמארק, אבער שפעטער האט באקומען א מאס אויטאנאמיע, און האט באשלאסן צו פארלאזן די געמיינדע.
**מזרח דייטשלאנד און מערב דייטשלאנד זענען געווארן פאראייניקט אין 1990, און זייט דעמאלסט איז דאס פאראייניקטע לאנד א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.
***צפון קיפראס איז אפיציעל א טייל פון קיפראס (און דעם איי־פ) אבער די רעגירונג הערשט נישט דארט.
קראאטיע, די רעפובליק פון מאקעדאניע און טערקיי זענען "קאנדידאט לענדער", ד"ה זיי קומען אין באטראכט פאר מיטגלידערשאפט. ס'קוקט אויס אז איסלאנד, אלבאניע, באסניע און הערצעגאווינע, מאנטענעגרא און סערביע וועלן נאכפאלגן.
עקאנאמיע [באַאַרבעטן]
איין צוועק פונעם איירא איז צו שאפן אן איינציקען מארק דורך, למשל, מאכן גרינגער פאר בירגער צו פארן, פארמיידן קורס פראבלעמען, שאפן א פאראיינגטן פינאנציעלן מארק און נידעריגע פראצענט צינזן. נאך א צוועק איז צו שאפן א וואלוטע וואס ווערט געניצט אינטערנאציאנאל און געשיצט קעגן שאקן דורכן גרויסן קוואנטיטעט פון האנדל אינערהאלב דער אייראזאנע.
סביבה [באַאַרבעטן]
אין 2007, האבן די מיטגלידער שטאטן מסכים געווען אז דער אייראפעישער פאראיין זאל ניצן 20% דערנייבארע ענערגיע אין צוקונפט.
וועבלינק [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
