דענמארק
| קעניגרייך פון דענמארק | |||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: | |||||
| קאנטינענט | אייראפע | ||||
| אפיציעלע שפראך | דעניש | ||||
| הויפטשטאט | קאפנהאגן |
||||
| רעגירונג | |||||
| מלכה פרעמיער מיניסטער |
מארגארעטע |
||||
| גרינדונג דאטום |
|||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
קוואדראט ק"מ |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | (49סט) |
||||
| וואלוטע | |||||
| צייט זאנע | UTC+1 | ||||
| אינטערנעט דאמען | . | ||||
| טעלעפאן קאד | + | ||||
דאס דענמאַרק (דעניש: Danmark) איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט עס א גרענעץ מיט דייטשלאנד.
[באַאַרבעטן] געאגראפיע
דענמארק איז דאס קלענסטע פון די סקאנדינאווישע לענדער. די ארומיגע לענדער זענען דייטשלאנד (צו דרום), שוועדן (צו מזרח), נארוועגיע (צו צפון) און דאס פאראייניגטע קעניגרייך (צו מערב). דאס לאנד איז אינגאנצן ארומגענומען מיטן ים אחוץ דעם האלבאינזל יוטלאנד, דער גרעסטער טייל פון דענמארק, וואס האט א לאנד גרענעץ מיט דייטשלאנד. צו דרום-מזרח איז דער באלטישער ים, צו מערב דער צפון ים, צו צפון דער סקאגעראק און צו צפון-מזרח דער קאטעגאט.
אחוץ יוטלאנד האט דענמארק 76 באפעלקערטע אינזלען און אסאך קליינע אינזלען.
דאס לאנד איז גאנץ פלאך, מיט קליינע בערגלעך, אזערעס, וועלדער און פאַרמען.
[באַאַרבעטן] קלימאט
דאס וועטער אין דענמארק איז גאנץ ווינטיק און רעגנדיק. אין ווינטער, ווערט עס נישט זייער קאלט, און עס שנייט נישט מער ווי א פאר וואכן. עס מאכט זיך אמאל צו צען יאר א קאלטער ווינטער ווען דער ים ווערט פארפרוירן. די זומערן זענען נישט הייס, און שטענדיג איז דא א מעגלעכקייט פון רעגן אדער ווינט.
[באַאַרבעטן] עקאנאמיע
דער עקאנאמישער מארק אין דענמארק איז שטארק אנטוויקלט מיט א גאנץ אנטוויקלטער לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע , סטאבילער וואלוטע, א גרויסן פראצענט פון אויסערן האנדל, דורך ווייניג אריינמישן פון דער רעגירונג.
דער עיקר עקספארט פון דענמארק איז עסן, מאשינען, מעדיקאמענטן און ענערגיע צו לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד (איבערהויפט שוועדן, דייטשלאנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך.
דער דורכשניט לוין פאר אן ארבעטער אין 2004 איז געווען 300,000 דענישע קראנען א יאר (40,000 איירא).
אין א רעפערענדום אין סעפטעמבער 2000, האט דענמארק באשלאסן נישט אריינגיין אין דער איירא, נאר צו בלייבן מיט דער דענישער קראנע.
דענמארק איז פון די מערסטע אנטוויקלטע לענדער אין דער וועלט אין דערנייבארער ענערגיע. 20% פון דער ענערגיע אין לאנד ווערט פארזארגט דורך ווינט טורבינעס .
|
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן1 · איטאליע1 · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע2 · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע1 · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק3 · האלאנד3 · וואטיקאן שטאט · טערקיי1 · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע4 · נארוועגיע3 · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל3 · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך3 · פינלאנד · פראנקרייך1 · קאזאכסטאן1 · קאסאווא5 · קיפראס2 · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד1 · שווייץ · שוועדן · שפאניע1
|
|
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקא · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |