האנס קריסטיאן אנדערסען

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

האַנס קריסטיאַן אַנדערסען (דעניש: Hans Christian Andersen; ‏2טן אפריל 1805 - 4טן אויגוסט 1875) איז געווען א דענישער שרייבער און דיכטער, וואס איז מערסט באקאנט פאר זיינע מעשה'לעך. מען האט איבערגעזעצט זיינע דיכטונגען און מעשה'ס אין מער ווי 150 שפראכן.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

האנס קריסטיאן אנדערסען איז געבוירן געווארן דעם 2טן אפריל 1805 אין דער שטאט אדענסע, דענמארק. דעם 26סטן אפריל 1816, ווען ער איז געווען אלט 11 יאר, איז זיין פאטער געשטארבן. נאכדעם האט ער כמעט אויפגעהערט גייען לערנען אין דער שולע, נאר ער פלעג דערציילן מעשה'ס. ביי די 14 יאר האט ער געצויגן קיין קאפנהאגן צו ווערן אן אקטיאר; דארט איז ער געווען גאר ארעם.