גיך פון ליכט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די גיך פון ליכט אין א וואקיום איז אן אוניווערסאלער קאנסטאנט וואס האט א ברייטע וויכטיקייט אין פיזיק, מיטן גענויען ווערט 299,792,458 מעטער א סעקונדע, לויט דער דעפיניציע פון א מעטער.מען ניצט דעם סימבאל c פאר דעם קאנסטאנט.

לויט איינשטיינס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז די גיך פון ליכט אין א וואקום די גרעסטע גיך מיט וואס ענערגיע, מאטעריע, א טיילכל און אינפארמאציע אין דער אוניווערס קען נאר פארן. אן אביעקט מיט מאסע קען נישט צוקומען צו דער גיך; א טיילכל אן מאסע, ווי למשל א פאטאן אדער א נייטרינא, פארט פונקט מיט גיך c. דער קאנסטאנט c באווייזט זיך אין דער בארימטער גלייכונג E=mc².

ווען ליכט פאר דורך א דורזיכטיקער מאטעריע ווי גלאז אדער לופט איז זיין גיך ווינציקער פון c.

אזוי ווי די שטערן זענען גאר ווייט פון דער ערד דויערט גאנץ א לאנגע צייט ביז ליכט פון א שטערן קומט און אין דער ערד. אפילו דאס ליכט פון דער זון דויערט מער ווי אכט מינוט אנצוקומען צו דער ערד.