באסניע און הערצעגאווינע
| באסניע און הערצעגאווינע | |||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: | |||||
| קאנטינענט | אייראפע | ||||
| אפיציעלע שפראך | באסניש, קראאטיש, סערביש | ||||
| הויפטשטאט | סאראיעווא 43°52′N 18°25′E / 43.867, 18.417 |
||||
| רעגירונג | פעדעראלישע רעפובליק | ||||
| פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
|||||
| גרינדונג דאטום |
5טן אפריל 1992 | ||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
51,129 קוואדראט ק"מ 125 אומוויכטיק |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
3,842,265 120 75 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | $28,260 מיליאן (104ט) |
||||
| וואלוטע | מארק | ||||
| צייט זאנע | צענטראלע אייראפע זייגער 1+ | ||||
| אינטערנעט דאמען | ba. | ||||
| טעלעפאן קאד | 387+ | ||||
באסניע און הערצעגאווינע (באסניש, קראאטיש, סערביש גלחיש: Bosna i Hercegovina; באסניש און סערביש קיריליש: Босна и Херцеговина) איז א לאנד אין דרום־מזרח אייראפע. זי גרענעצט קראאטיע צו צפון, מערב און דרום, סערביע צו מזרח, און מאנטענעגרא צו דרום־מזרח. , באסניע און הערצעגאווינע האט נאר א קליינעם בארטן פון 26 ק"מ ביים אַדריאַטישן ים, ארום דער שטאט נעום.[1][2] דאס לאנד האט א סאך בערג, אבער ס'איז פלאך אין צפון־מזרח. רוב פון לאנד האט ווארעמע זומערן און קאלטע, שנייעדיגע ווינטערן, אבער דער דרומדיקער שפיץ האט א מיטלענדישן קלימאט.
דער שטח פון באסניע און הערצעגאווינע איז 51,000 קוואדראט ק"מ, און זיין באפעלקערונג איז 4,600,000. די באפעלקערונג באשטייט פון סערבישע (מערסטנס פראוואסלאוונער), באסניאקן (מוסולמענער) און קראאטן (קאטאליקן). די הויפשטאט איז סאראיעווא.
[באַאַרבעטן] היסטאריע
ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז באסניע און הערצעגאווינע געווען א פראווינץ אין דער אטאמאנישער אימפעריע. נאכהער איז זי געווארן א טייל פונעם נייעם לאנד יוגאסלאוויע. ווען יוגאסלאוויע האט זיך צעשפאלטן אין די אנהייב 1990ער יארן, איז דאס לאנד געווארן זעלבשטענדיג.
[באַאַרבעטן] יידן אין באסניע און הערצעגאווינע
יידישע סוחרים האבן זיך באזעצט אין סאראיעווא אין 1541. די טערקן האבן אוועקגעשטעלט א יידישן פערטל אין סאראיעווא, און די יידן זענען געווען שטארק באגרענעצט, אזוי ווי אין אלע מוסולמענישע לענדער. ווען באסניע און הערצעגאווינע איז אריבער צו דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע האבן די יידן באקומען עמאנציפאציע.
ביים צווייטן וועלט קריג זענען כמעט אלע יידן אין לאנד געשיקט געווארן צו די טויט לאגערן. היינט וואוינען אין לאנד אומגעפער 1,000 יידן.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ Field Listing – Coastline, The World Factbook, 2006-08-22
- ↑ Bosnia and Herzegovina: I: Introduction, Encarta, 2006. Archived 2009-10-31.
|
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן1 · איטאליע1 · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע2 · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע1 · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק3 · האלאנד3 · וואטיקאן שטאט · טערקיי1 · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע4 · נארוועגיע3 · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל3 · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך3 · פינלאנד · פראנקרייך1 · קאזאכסטאן1 · קאסאווא5 · קיפראס2 · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד1 · שווייץ · שוועדן · שפאניע1
|