גרוזיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפּובליק פֿון גרוזיע
פאן גרוזיע
סימבאָל גרוזיע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: Tavisupleba
אָרט פֿון גרוזיע
קאנטינענט אזיע, אייראפע
אפיציעלע שפראך גרוזיניש
הויפטשטאט טביליסי
41°43′N 44°47′E / 41.717, 44.783
רעגירונג
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
מיכאיל סאקשווילי
זורב נוגאידלי
גרינדונג דאטום
9טן אפריל 1991 פון סאוועטן פארבאנד
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
69,700 קוואדראט ק"מ
118
0
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

4,693,892
113
67 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $21.424 ביליאן (109ט)
וואלוטע לאַרי
צייט זאנע UTC+3
אינטערנעט דאמען ge.
טעלעפאן קאד 995+

גרוזיע (საქართველო, Гру́зия סאַקאַרטוועלא) איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע, אין דעם קאווקאז אויפן מזרח ברעג פונעם שווארצן ים. זײַן הױפּטשטאָט איז טביליסי. ס'װױנן דאָ 4.6 מיליאָן מענטשן. גרוזיע האָט גרענעצן מיט אַזערבײַדזשאַן, רוסלאַנד, און ארמעניע. אָט װױנען בערך 10,000 יידן, סײַ אשכנזים, סײַ גרוזיאַנער, װאָס האָבן אין גרוזיע באזעצט מיט 2,000 יאָר צוריק.

[באַאַרבעטן] געאגראפיע

מאפע פון גרוזיע
בארגישע לאנדשאפט אין גרוזיע

גרוזיע שפאנט אן צוויי קאנטינענטן, וויבאלד דער מערב טייל פון לאנד געפינט זיך אין אייראפע און דער מזרח טייל אין אזיע. איר שטחה איז בערך 70,000 קוואדראט ק"מ. איר צפון גרענעץ איז לאנג 723 ק"מ מיט רוסלאנד. אין דרום מזרח האט זי א גרענעץ לאנג 322 ק"מ מיט אזערביידזשאן, און א גרענעץ 164 ק"מ מיט ארמעניע. דער דרום גרענעץ איז לאנג 252 ק"מ מיט טערקיי. דער מערב גרענעץ איז דער שווארצער ים.


די גרויסע קאווקאז בערג אין צפון זענען באהאפטן דורך דער ליכי קייט צו די קליינע קאווקאז בערג אין דרום. די ליכי קייט צעטיילט גרוזיע אויף מזרח גרוזיע און מערב גרוזיע, וואס זענען באהאפטן דורך א באן טונעל.

דער העכסטער בארג אין גרוזיע איז בארג שכארע ביי 5,201 מעטער איבערן ים פלאך.

[באַאַרבעטן] קולטור

די באפעלקערונגפון גרוזיע איז אומגעפער 4.5 מיליאן. פון זיי וואוינען בערך 1.3 מיליאן אין טביליסי. מענטשן פון גרוזיע הייסן גרוזינער. רוב פון זיי רעדן גרוזיניש אלס מוטערשפראך, אבער טייל מענטשן רעדן אויך ארמעניש, רוסיש אדער אנדערע שפראכן.

די מערהייט פון גרוזינער זענען קריסטן, אבער ס'איז דא אויך יידן און מוסלמענער.

די וואלוטע פון גרוזיע איז די לאַרי.

[באַאַרבעטן] היסטאריע

די גרוזינער זענען אן אוראלט פאלק. זייער הויפטשטאט טביליסי איז געגרינדעט בערך אין יאר 400 (ד'ר"ם), נאך דער ענדע פון דער רוימישער אימפעריע . ביז דעמאלטב איז מערב גרוזיע געווען א טייל פון דער רוימישער אימפעריע.

אַזיע־לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · קיפראס · רוסלאנד · תימן

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן