אזיע
אַזיע איז דער גרעסטער קאָנטינענט פון דער ערד פלאנעט, און געפינט זיך אים דעם צפונדיקן האלבקוגל. זי באדעקט 8.6% פון דער ערד'ס אויבערפלאך שטח (אדער 29.9% פון דעם יבשה שטח) און, מיט בערך 4 ביליאן מענטשן, האט זי 60% פון דער וועלט'ס היינטיקער מענטשלעכער באפעלקערונג.
די ימען ארום אזיע זענען דער מיטלענדישער ים, דער שווארצער ים, דער אינדישער אקעאן, דער פאציפישער אקעאן און דער ארקטישער אקעאן. אזיע איז צעשיידט פון אייראפע מיט די קאווקאז בערג און די אוראל בערג.
דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן. אזיע באדעקט בערך 3/10 פון דער וועלט'ס יבשה, און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער 3/5 פון דער וועלט'ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטע מדבריות, ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן.
[באַאַרבעטן] עקאנאמיע
אזיע האט דעם צווייטן גרעסטן ווערד-פראדוקט פון די קאנטינענטן, נאך אייראפע,אבער דעם גרעסטן ווען געמאסטן לויטן גלייכן קויפקראפט. אין 2010 זענען געווען די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיעס אין אזיע די פון כינע, יאפאן, אינדיע, דרום קארעע און אינדאנעזיע. אין די שפעטערדיקע 1990ער און פריערדיקע 2000ער יארן, זענען די עקאנאמיעס פון כינע[1] און אינדיע, געוואקסן געשווינט, ביידע מיט א דורכשניטלעכער יערליכער געוואוקס ראטע פון מער ווי 8%. אנדערע לענדער אין אזיע וואס וואקסן גיך זענען מאלייזיע, די פיליפינען, פאקיסטאן, וויעטנאם, מאנגאליי, אוזבעקיסטאן און מינעראל רייכע לענדער ווי קאזאכסטאן, טורקמעניסטאן, איראן, ברוניי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, קואווייט, סאודי אראביע, באכריין, און אמאן.
[באַאַרבעטן] שפראכן
אין אזיע זענען פאראן עטלעכע שפראכן פאמיליעס. רוב לענדער אין אזיע האבן מער ווי איין שפראך וואס איז א מוטערשפראך. אין אינדאנעזיע רעדט מען מער ווי 600 שפראכן, אין אינדיע מער ווי 800, און אין די פיליפינען מער ווי 100. די פארשידענע פראווינצן פון כינע האבן אסאך שפראכן און דיאלעקטן.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ Five Years of China's WTO Membership. EU and US Perspectives on China's Compliance with Transparency Commitments and the Transitional Review Mechanism, Legal Issues of Economic Integration, Kluwer Law International, Volume 33, Number 3, pp. 263-304, 2006. by Paolo Farah
| אַזיע־לענדער |
|---|
| אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · קיפראס · רוסלאנד · תימן |
| קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |