ראבינדראנאט טאגאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ראַבינדראַנאַט טאַגאר

ראַבינדראַנאַט טאַגאר (בענגאליש: রবীন্দ্রনাথ ঠাকুর)‏ (7טן מיי 18617טן אויגוסט 1941) איז געווען א בענגאלישער דיכטער, פילאסאף, און אינדישער פאטריוט. ער איז געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1913 און איז דעמאלסט געווען דער ערשטער נישט־אייראפעישער צו געווינען א נאבעל פריז.

[באַאַרבעטן] ביאגראפיע

טאגאר איז געבוירן געווארן אין קאלקאטא אין 1861, דער יונגסטער פון פערצן קינדער, צו זיין פאטער דעבענדראנאטה טאגארע און זיין מוטער סאראדא דעווי. ווען ער איז געווען אלט אכט יאר האט ער געשריבן זיין ערשטע פאעמע.

אין 1878 איז ער געפארן קיין לאנדאן, ענגלאנד. ער האט געוואלט שטודירן ווערן אן אדוואקאט. אבער אין 1880 האט זיין פאטער גערופן אים צוריק פון לאנדאן כדי צו הייראטן א מיידל, מרינאליני דעווי.

אין זיינע שפעטערע יארן האט טאגאר קריטיקירט מאהענדאס גאנדי.

אין 1937 איז ער געווארן קראנק, ביז אין 1941 איז ער געשטארבן אין קאלקאטא, אין דעם זעלבן הויז וואו ער איז געבוירן.

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן