לאנדאן
|
||||||||||||||||||||||||||||||
לאנדאן איז די הויפטשטאט פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך.
זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ג'תת"י דורך די רוימער.
הײַנט איז לאנדאן פֿון די וויכסטיגע צענטערס, סײַ פֿון האנדל, סײַ פֿון פֿינאנץ, סײַ פֿון קולטור. לאנדאן איז די שטאט מיט דער גרעסטער באפֿעלקערונג אין דעם אייראפעישן פֿארבאנד, מיט 7.5 מיליאָן אײַנוווינער. צוזאמען מיט דעם ארומיגן ראיאן איז די באפֿעלקערונג צווישן 12 און 14 מיליאן.
לאנדאן איז אן אינטערנאציאנאלער טראנספארט מיטלפונקט: זי האט פינף אינטערנאציאנאלע פֿליפֿעלדער און אויך א פארט פֿאר שיפֿן. דער הויפט פֿלוגפארט, היטרוי, האט פינף טערמינאלן און עס פֿארט דורך עם מער אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן ווי סײַ וועלכן ערפארט אין דער גאנצער וועלט.
לאנדאן האט די מערסטע באזוכער פון נאר וועלכער שטאט אין דער וועלט[1] און לאנדאן היטרוי איז דער וועלטס מערסטע באשעפטיקסטער פלוגפארט לויט דעם נומער פון אינטערנאציאנאלע פאסאזשירן.[2]
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] געאגראפיע
לאנדאן האט עטלעכע באדייטונגען. אין דעם הארצן פון לאנדאן איז די אנטיקע שטאט פון לאנדאן.
דער לאנדאנער פאסטאלער דיסטריקט באדעקט 40% פון לאנדאן; דאס איז דער שטח וואו 'לאנדאן' איז א טייל פונעם אדרעס.
גרויס לאנדאן באדעקט א שטח פון 1,583 קוואדראט ק"מ (611 קוואדראט מייל). אין דעם שטח האבן געוואוינט א באפעלקערונ פון 7,172,036 אין 2001 מיט אן ענגקייט פון 4,542 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ (11,760 /קוואדראט מייל). א גרעסערער שטח, דער לאנדאנער מעטראפאליטאנער ראיאן, באדעקט א שטח פון 8382 קוואדראט ק"מ, מיט א באפעלקערונג פון 12,653,500 און אן ענגקייט פון 1,510 איינוואוינער א קוואדראט ק"מ.[3]
[באַאַרבעטן] טאפאגראפיע
מאדערנער לאנדאן שטייט אויפן טעמז, א טייך וואס פליסט אריבער דער שטאט פון דרום־מערב קיין מזרח. דער טעמז טאל איז א פארפלייצונג פלוין ארומגענומען מיט בערג ווי פארלאמענט בארג, אדינגטאן בערג און פרימראז בארג.
זייט די יארן פון דער מלכה וויקטאריע האט מען געבויט ברעגן ביים טעמז טייך, און אסאך פון זיינע בייטייכן פליסן אונטער דער ערד. דער טעמז איז א פלייצטייך, ממילא איז לאנדאן גרינג צו ווערן פארפלייצט.[4] די געפאר האט זיך פארגרעסערט דורך די יארן וועגן א שטענדיקער פאמעלעכער העכערונג אין דעם הויך וואסער ניווא.[5]
[באַאַרבעטן] קלימאט
לאנדאן האט א קלימאט ענלעך צו גאנץ דרום בריטאניע. דער דורכשניטלעכער אפזעץ (אראפגעלאזטע פייכטקייט) אין לאנדאן איז 602 מ"מ א יאר—ווינציקער ווי רוים (834 מ"מ) און בארדוי (923 מ"מ). אין ווינטער איז גוט קיל, און צווישן נאוועמבער אין מערץ פאסירט אין די פארשטעט פון לאנדאן א פראסט צוויי מאל א וואך. עס שנייט אפשר פיר מאל א יאר, נארמאל צווישן דעצעמבער און פעברואר. די טעמפעראטור אין ווינטער איז נארמאל צווישן 4ºC- און 14ºC. אין זומער איז ווארעם, און דער צענטער פון לאנדאן קען זיין ווארעמער מיט 5ºC ווי די פארשטעט. די דורכשניטלעכע זומער טעמפעראטור אין לאנדאן איז 24ºC, און בערך 7 טעג אין יאר גייט די טעמפעראטור אריבער 30ºC.
[באַאַרבעטן] דעמאגראפיע
אין 2005 האט לאנדאן געהאט 7.5 מיליאן איינוואוינער. פון זיי זענען 71% ווייסע, 10% אינדישע אדער פאקיסטאנער, 5% שווארצע פון אפריקע, 5% שווארצע פון די קאריביאישע אינזלען, 3% געמישטע און 1% כינעזישע. לויט רעליגיע זענען 58.2% קריסטן, 15.8% קיין רעליגיע, 7.2% מוסולמענער, 4.1% הינדו, 2.1% יידן, און 1.5% סיקן. 21.8% פון די איינוואוינער זענען געבוירן אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד.
דער שטאטישער שטח פון לאנדאן האט אומגעפער 14 מיליאן איינוואוינער, און ווערט גערעכנט דער גרעסטער שטאטישער שטח אין אייראפע, און צווישן די 20 גרעסטע אין דער וועלט.
[באַאַרבעטן] היסטאריע
די רוימען האבן אויפגעשטעלט די פארצייטישע שטאט "לאנדיניום" אום יאר 43 לספירה, און אנדערע טענה'ן אז נאך פריער איז שוין געווען א שטאט אויפן ארט. ווערנט דעם צווייטן יארהונדערט לספירה איז די שטאט געווארן די הויפטשטאט פון דעם בריטאניע דיסטריקט אין דער רוימישער אימפעריע. נאכן איינפאלן פון דער רוימישער אימפעריע איז די שטאט איבערגעלאזט. די סאקסאנען האבן ווידעראמאל אויפגעשטעלט די שטאט אינעם 7טן יארהונדערט לספירה, עטלעכע קילאמעטער ווייט פון דער פריערדיקער שטאט, מיטן נאמען "לאנדנויטש". נאכדעם, אינעם 9טן יארהונדערט לספירה זענען מענטשן צוריקגעקומען אין גאר גיך איז זי געווארן די גרעסטע שטאט אין דעם ענגלישן קעניגרייך, און זיין הויפטשטאט פונעם 12טן יארהונדערט. מיט די יארן האט לאנדאן ווייטער צוגעצויגן די ארומיגע דערפער ביז זי איז געווארן די גרעסטע שטאט אין דער וועלט אינעם 8טן יארהונדערט.
[באַאַרבעטן] רעגירונג
[באַאַרבעטן] לאקאלע רעגירונג
זעט דעם הויפּט ארטיקל – לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן
די אדמיניסטראציע פון לאנדאן איז אין צוויי שיכטן: א סטראטעגישער שטאט שיכט און א לאקאלער שיכט. די שטאט אדמיניסטראציע איז די גרעסערע לאנדאן אויטאריטעט מיט דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן איר עקסעקוטיוו און דער לאנדאנער אסעמבלי וואס איז חוקר ודורש זיין ארבעט
[באַאַרבעטן] נאציאנאלע רעגירונג
לאנדאן איז א וויכטיגע שטאט ווייל די רעגירונג פונעם פאראיינגטן קעניגרייך איז פלאצירט ארום דעם פאלאץ פון וועסטמינסטער.
[באַאַרבעטן] עקאנאמיע
לאנדאן, היים פון דער לאנדאנער בערזע, די הויפט בערזע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך און די גרעסטע אין אייראפע, איז ענגלאנד'ס פינאנציעלער צענטער—100 פון אייראפע'ס 500 גרעסטע קארפאראציעס זענען באזירט אין לאנדאן.[6] לאנדאן איז דער גרעסטער פינאנציעלער צענטער אין אייראפע, און אויך היינט (2009) די גרעסטע אין דער וועלט.[7]
[באַאַרבעטן] טוריזם
טוריזם איז א הויפט אינדוסטריע אין לאנדאן און באארבעט דעם עקוויוואלענט פון 350,000 גאנצטאגיקע ארבעטער אין לאנדאן אין 2003,[8] און די יערליכע הוצאות פון טוריסטן איז אומגעפער £15 ביליאן.[9] לאנדאן ציט צו מער ווי 14 מיליאן אינטערנאציאנאלע באזוכער א יאר, אזוי איז ער דער וועלטס מערסטע באזוכסטע שטאט.[1] לאנדאן ציט צו 27 מיליאן איבערנעכטיקע באזוכער יעדע יאר.[10]
אין 2009 זענען די צען מערסט-באזוכטע אטראקציעס אין לאנדאן געווען:[11]
- בריטישער מוזיי
- נאציאנאלע גאלעריע
- טייט מאדערן
- נאטירלעכע היסטאריע מוזיי
- לאנדאנער אויג
- וויסנשאפט מוזיי
- טורעם פון לאנדאן
- נאציאנאלער ים-מוזיי
- וויקטאריע און אלבערט מוזיי
- מאדאם טוסא
[באַאַרבעטן] טראנספארט
טראנספארט איז איינער פון די פיר שטחים פון פאליטיק געפירט דורך דעם מייאר פון לאנדאן. דאס פובליקע טראנספארט נעצווערק וואס טראנספארט פאר לאנדאן פארוואלטעט (TfL), איז דאס ברייטסטע אין דער וועלט, ,[12] אבער זי לייט פון געדראנג און פארלעסליכקייט פראגעס, וואס מ'זוכט צו לייסטן מיט א גרויסן אינוועסטיציע פראגראם, כולל £7 ביליאן (€10 ביליאן) פארבעסערונגען פלאנירט פאר דער אלימפיאדע.[13] לעצטנס איז לאנדאן פארלויבט אלס די שטאט מיט דעם בעסטן פובליק טראנספארט.[14]
ציקלען ווערט א פאפולערער וועג ארומצופארן אין לאנדאן.
[באַאַרבעטן] באנען
דער צענטראלפונקט פון דער פובליק טראנספארט נעצווערן איז דער לאנדאנער אונטערגרונט — וואס מ'רופט אין אלגעמיין דער "טיוב"—וואס האט עלף צווישנפארבונדענע ליניעס. ער איז די עלטסטע, לענגסטע און טייערסטע מעטרא סיסטעם אויף דער וועלט, דאטירנדיג פון 1863.[15][16] די ערשטע אונטערגרונטיגע ליניע איז געווען, די סיטי & דרום לאנדאן באן, וואס האט אנגעהויבן ארבעטן אין 1890.[17] יעדן טאג זענעו דא מער ווי דריי מיליאן רייזעס אויף דער אונטערגרונט נעצווערק, בערך 1 ביליאן א יאר.[18] דער אונטערגרונט באדינט דעם צענטראלן ראיאן פון לאנדאן און רוב פארשטעט צפון פונעם טעמז; די דרומדיקער זענען באדינט פון א ברייטער איבערפלאכיגער באן נעצווערק.
לאנדאן האט אויך א צווייטע 'מעטרא' סיסטעם, דאקלאנדס לייכטע באן, וואס ניצט קלענערע און גרינגערע צוגן. די באן האט געעפנט אין 1987 צו באדינען מזרח לאנדאן און גריניטש, פון ביידע זייטן פון דעם טעמז טייך.
רוב פון די צווישנשטעט באנען פארן נישט אדורך לאנדאן, נאר זיי ענדיגן אין איינער פון די פערצן סוף-סטאנציעס ארום דעם צענטער פון לאנדאן. דער איינציגער אויסנאם איז די טעמסלינק רוטע, וואס ווערט אפערירט היינט פון ערשטער קאפיטאל קאנעקט, צווישן בעדפארד און ברייטאן, פארנדיג אדורך לאנדאן.
זייט די אנהייב 1990ער יארן, וואקסנדיקע דריקונגען אויף די צופארער באן און אונטערגרונט נעצווערק האבן גורם געווען מער נאכפרעג—בפרט פון געשעפטן און דער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע —פאר דורכבאן: א £10 ביליאן מזרח-מערב שווערע באן פארבינדונג אונטער צענטראל לאנדאן, וואס איר קאנסטרוקציע האט אנגעפאנגען דעם 15טן מיי 2009.[19]
הויכע-גיך אייראסטאר באנען פֿארבינדן סט פאנקראס אינטערנאציאנאל מיט ליל און פאריז אין פראנקרייך, און בריסל אין בעלגיע. מיט רייזע צייטן קיין פאריז (2ש 15מ) און בריסל (1ש 51מ) איז לאנדאן געווארן נענטער צו קאנטינענטאלער אייראפע ווי אנדערע שטעט אין בריטאניע, א דאנק דער נייער היי ספיד 1 גערעלס פֿארבינדונג צו דעם קאנאל טונעל. פֿון 2009 וועט די ליניע אויך טראגן הויך-גיך אינלענדישע נסיעות פֿון קענט קיין לאנדאן. די סט פאנקראס באן סטאנציע באדינט צוויי אינטערנאציאנאלע ערפארטן דורך טעמסלינק , און וועט באזארגן דירעקטע באן פארבינדונגען צו דעם אלימפיאדע ארט אין סטראטפארד ניצנדיג בריטישע באן קלאס 395 צוגן, באזירט אויף יאפאנישע שינקאנסען הויכע-גיך באנען.
[באַאַרבעטן] בוסן
די לאנדאנער בוס נעצווערק איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, ארבעטנדיג 24 שעה אין דער טאג, מיט 8,000 בוסן, 700 בוס רוטעס און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשיר נסיעות יעדן וואכנטאג.
דאס בוס נעצווערק אין לאנדאן איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, פארנדיק 24 שעה'ן, מיט 8,000 בוסן, 700 בוס רוטעס, און העכער פון 6 מיליאן פאסאזשירן נסיעות יעדן ארבעטסטאג. אין 2003, איז מען געפארן אויפן נעצווערק העכער פון 1.5 ביליאן פאסאזשירן נסיעות א יאר וואס איז מער ווי די אונטערגרונט.[20] יעדע יאר קומט אריין אומגעפער £850m אין הכנסות. לאנדאן האט די גרעסטע רעדערשטול דערגרייכלעכע נעצווערק אין דער וועלט און, זייט 2007, איז געווארן מער דערגרייכלעך צו פאסאזשירן מיט פארשעדיקטע הערן און זען, מיט קאמפיוטער אנאנסן.[21] די אויטאבאסן זענען קענטלעך איבער דער גארער וועלט, אזוי אויך די טיוב.
[באַאַרבעטן] לופט
לאנדאן איז א הויפט אינטערנאציאנאלער לופט טראנספארט קנופ. ס'זענען דא אכט פליפעלדער וואס רופן זיך "לאנדאן ערפארט", אבער דער עיקר פארקער פארט אדורך פינף הויפט ערפארטן.
לאנדאן היטרוי ערפארט איז דער וועלט'ס פארהאוועטסטער ערפארט פאר אינטערנאציאנאלן פארקער, און איז דער הויפט קנופ פאר'ן נאציאנאלן פאנטרעגער, בריטיש איירווייס. היטרוי באהאנדלט אינלענדישע, אייראפעישע און צווישן-קאנטינענטאלע פאסאזשער פליען. מ'הייבט אן מיט פלענער פאר א זעקסטן טערמינאל, כאטש די שכנותדיגע איינוואוינערס דערגעגן זיך שטארק.[22] אן ענלעכער פֿארקער, מיט אויך עטלעכע ביליגע קורצער-מהלך פליען, ווערט באהאנדלט דורך לאנדאן גאטוויק ערפארט. לאנדאן סטאנסטעד ערפארט און לאנדאן לוטאן ערפארט באדינען בעיקר ביליגע קורצער-מהלך פליען. לאנדאן סיטי ערפארט, דער קלענסטער און מערסט צענטראלער ערפארט, איז בעיקר פאר האנדל פֿארערס, מיט א געמיש פון קורצע-רייזע פלאנירטע פליערס און אסאך ביזנעס דזשעט פֿארקער.[23]
[באַאַרבעטן] שאסייען
אין צענטראל לאנדאן פארן מערסטע מענטשן מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין דרויסנדיקן לאנדאן פארט מען אסאך מיט אן אויטא. לאנדאן האט דריי רינג שאסייען: די אינערוועניגסטער רינג שאסיי, די צפון און דרום קיילעכדיגע גאסן און דער M25.
אין צענטראל לאנדאן זענעו די מערהייט פון רייזעס מיט פובליקן טראנספארט, אבער אין די פארשטעט פארט מען מער מיט אויטאס. די אינער רינג גאס (ארום דעם שטאט צענטער), די צפון און דרום צירקולארע גאסן (אין די פארשטעט), און דער דרויסדיקער ארביטיר־אויטאסטראד (דער M25, אינדרויסן פונעם אויפגעבויטן שטח) רינגלען ארום דער שטאט און דרונגען אריין אין אינעווייניקסטן לאנדאן און שניידן אדורך עטלעכע באשעפטיקע ראדיאלע רוטעס—אבער ווייניק אויטאסטראדעס. אין 2003, האט מען איינגעפירט א געדראנג אפצאל צו מינערן דעם פארקער אין דעם שטאט צענטער. אחוץ א פאר אויסנאמען, דארפן מאטאריסטן צאלן £10 א טאג צו פארן אין א געוויסער זאנע וואס נעמט איין א גרויסן טייל פון פארשטאפטן צענטראלן לאנדאן.[24] מאטאריסטן וואס וואוינען אין דער זאנע קענען באקומען א פאס אויף ביליג וואס מען באנייט יעדן מאנאט, און איז ביליגער ווי דאס פארגעלט אויף די אויטאבוסן.[24]
לאנדאן האט אויך צוויי "פארקירן און פארן" ערטער וואס זענען באקוועם פאר איינקויפער אויף אקספארד גאס און באנד גאס, וועסמינסטער סיטי ראט אויטא פארקן האט א בוס דינסט פון די פארק ליין און מארבל ארטש אויטא פארקן.
[באַאַרבעטן] אידישער יישוב אין לאנדאן
לאנדאן האט א גרויסן יישוב פון אומגעפער 200,000 יידן, די גרעסטע יידישע קהילה אין בריטאניע. דער יישוב פון יידן אין לאנדאן גייט צוריק צום יאר ה'תט"ז, ווען מנשה בן ישראל איז געקומען פון האלאנד און האט געגרינדעט א ספרדישע קהילה. בערך 80 יאר שפעטער האבן אנגעהויבן צו קומען אשכנזישע יידן פון די דייטשע לענדער. די ערשטע פאראייניגטע אשכנזישע קהילה אין לאנדאן איז געווען די "פאראייניגטע שול" (ענגליש: United Synagogue). אין די תר"ם יארן האבן די שולן און שטיבלעך אינעם איסט ענד, בעיקר פוילישע און רוסישע יידן, זיך פאראייניגט אונטער דער "פעדעראציע פון שולן" (ענגליש: Federation of Synagogues). אין תרפ"ו איז געשאפן געווארן דער יסוד פון דער היינטיגער חרדישער קהילה, דאס התאחדות קהלות החרדים.
היינט צוטאג דינט דארטן אלס רב הרב משה חיים אפרים פאדווא וואס ער איז אן איידעם ביים ריסקעווער רב, וואס האט שוין איבערגענומען דעם כתר הרבנות פון זיין טאטן, הרב חנוך העניך פאדווא, וואס האט געדינט דארטן ארום א יובל יארן.
די גרויסע צענטערן פון יידן אין לאנדאן זענען אין אילפארד, גאלדערס גרין, עדזשווער, הענדאן און סטעמפארד היל, אחוץ פון צענדליקע געגנטן ארום לאנדאן וואו יידן וואוינען.
די חרדישע קהילה איז קאנצענטרירט אין דריי געגנטן: סטעמפארד היל, גאלדערס גרין און הענדאן, און עדזשווער. די יידן וואס וואוינען אין סטעמפארד היל זענעו אין מערסטן טייל חסידיש.
צווישן די גרויסע יידישע שולעס אין לאנדאן זענען JFS, חשמונאים, יסודי התורה און בית יעקב פון גאלדערס גרין. די ישיבות אין לאנדאן זענען כולל בעלז, באבאוו, לב שמחה (די גערער ישיבה פון אייראפע) און ישיבת חיי עולם.
[באַאַרבעטן] שוועסטער שטעט
ארעקיפא, פערו
באגאטא, קאלאמביע
בערלין, דייטשלאנד
בייזשינג, כינע
טאקיא, יאפאן
טעהראן, איראן
לא פאז, באליוויע
מאסקווע, רוסלאנד
ניו יארק סיטי, פאראייניגטע שטאטן
פאריז, פראנקרייך
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 Euromonitor International's Top City Destination Ranking (2011 update). Euromonitor International (6 January 2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 8טן אויגוסט 2011. דערגרייכט דעם 8טן אויגוסט 2011.
- ↑ "Delta Expects New Slots To Foster Growth At Heathrow Airport", The Wall Street Journal (23סטן פעברואר 2011). דערגרייכט דעם 7טן מערץ 2011. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 19טן מיי 2011.
- ↑ Metropolis: 027 London, World Association of the Major Metropolises. דערגרייכט דעם 3 May 2010.
- ↑ Flooding. UK Environment Agency. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 15טן פעברואר 2006. דערגרייכט דעם 19טן יוני 2006.
- ↑ "Sea Levels" – UK Environment Agency. Environment Agency. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 23סטן מיי 2008. דערגרייכט דעם 6טן יוני 2008.
- ↑ פינאנציעלער צענטער. London.gov.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
- ↑ City of London Policy and Resources Committee. The Global Financial Centres Index (PDF). cityoflondon.gov.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
- ↑ London is the HR centre of opportunity in the UK. PersonnelToday.com (15 פעברואר 2005). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 19טן מיי 2011. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
- ↑ "The Importance of Tourism in London (PDF). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 28 June 2007.", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
- ↑ "London 101: One Hundred and One Amazing Facts About London (PDF). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 28 June 2007.PDF (1.15 MiB)", Visit London. דערגרייכט דעם 3טן יוני 2006.
- ↑ Top 10 London Attractions. Visit London (1 April 2011). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 19 May 2011. דערגרייכט דעם 26 April 2011.
- ↑ "World's most expensive cities", CNN (2007-06-19). דערגרייכט דעם 2007-08-16.
- ↑ London 2012 Olympic Transport Infrastructure. דערגרייכט דעם 2007-08-17.
- ↑ London voted best for transport. BBC News (2006-08-29). דערגרייכט דעם 2007-08-09.
- ↑ 15.0 15.1 Transport for London. London Underground: History. דערגרייכט דעם 2006-09-17.
- ↑ 16.0 16.1 "Beijing plans to overtake London with world's longest subway", Guardian Unlimited, דערגרייכט דעם 2007-12-14.
- ↑ Schwandl, Robert (2001) London Underground UrbanRail.net. דערגרייכט דעם 2006-09-24.
- ↑ "וויאזוי בעסט ניצן די לאנדאנער אונטערגרונט", The Travel Insider, 4 July 2004 (last updated: 8 May 2006). דערגרייכט דעם 2006-06-03.
- ↑ קאנארי ווארף סטאנציע אנגעפאנגען צוריקגעקריגט אום 2009-05-26.
- ↑ טראנספארט פאר לאנדאן. לאנדאנער בוסן. דערגרייכט דעם 2007-10-11.
- ↑ London's bus improvements get Parliamentary seal of approval. Transport for London. דערגרייכט דעם 2008-01-03.
- ↑ וועגן היטרוי, BAA Heathrow. דערגרייכט דעם 2006-09-17.
- ↑ London City Airport - Corporate Information. דערגרייכט דעם 2006-06-17.
- ↑ 24.0 24.1 London Congestion Pricing. דערגרייכט דעם 2007-08-17.
| גרויסלאנדאן · לאנדאן · סיטי פון לאנדאן | ||
|---|---|---|
| ראיאן | גרויסלאנדאנער אויטאריטעט · לאנדאנער אסיפה · בירגערמייסטער פון לאנדאן · לאנדאנער אנטוויקלונג אגענטור · טראנספארט פאר לאנדאן | |
| לאנדאנער באראס | איזלינגטאן · אילינג · בארנעט · בארקינג און דעגנהעם · בעקסלי · בראמלי · ברענט · גריניטש · האונסלא · האמערסמיט און פולהאם · האקני · הארוי · הארינגיי · הילינגדן · העווערינג · וואלטם פארעסט · וואנדזווערט · וועסטמינסטער · טאר האמלעטס · לאמבעט · לואישעם · מערטאן · נייהעם · סאדארק · סאטן · ענפילד · קאמדן · קינגסטאן · קענזינגטאן און טשעלסי · קרוידן · ריטשמאנד · רעדברידזש | |
|
איבאדאן • באגדאד • באגאטא • באנגאלאר • באנגקאק • בוענאס איירעס • בייזשינג • דאקא • דזשאקארטא • דעלהי • האנג קאנג • טאקיא • טאראנטא • טעהראן • יאנגאן • לאגאס • לאהאר • לאנדאן • לימא • מאנילא • מאסקווע • מומביי • מעקסיקא שטאט • ניו יארק סיטי • סאא פאולא • סאנטיאגא • סטאמבול • סינגאפור • סעאל • קאלקאטא • קאראטשי • קיירא • קינשאזע • ריא דע זשאנערא • שאנכיי |
|
