אינדיע
| רעפובליק פון אינדיע Bhārat Gaṇarājya Republic of India |
|||||
|
|||||
| נאציאנאלע זינגליד: וואַנדע מאַטאַראַם איך בוק צו דיר, מוטער |
|||||
| קאנטינענט | אזיע | ||||
| אפיציעלע שפראך | הינדוסטאני, ענגליש | ||||
| הויפטשטאט | ניי דעלי |
||||
| רעגירונג | פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
| פרעזידענט פרעמיער מיניסטער |
פראנאב מוקערדזשי מאנמאהאן סינגה |
||||
| גרינדונג דאטום |
15טן אויגוסט 1947 (פונעם פאראייניגטן קעניגרייך) |
||||
| פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
3,287,263 קוואדראט ק"מ 7ט 9.56 |
||||
| באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
1,210,193,422 (2011 צענזוס) 2ט 369.8 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
| פראדוקט ווערדע | $4.457 טריליאן (3ט) |
||||
| וואלוטע | רופי | ||||
| צייט זאנע | 5.30 + UTC | ||||
| אינטערנעט דאמען | in. | ||||
| טעלעפאן קאד | 91+ | ||||
אינדיִע איז אַ לאַנד אין דרומדיקעr אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז ניו דעלי. אין איר הונדערטער שפּראכן זיינען גערעדט. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.
אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.
אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.
איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.
דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.
געאגראפיע [באַאַרבעטן]
צוויי גרויסע טייכן פליסן פון דער הימאלייע אדורך אינדיע, דער גאנגעס און דער בראהמאפוטרא, און ביידע רינען אפ אין דער בוכטע פון בענגאל.
היסטאריע [באַאַרבעטן]
צוויי אוראלטע שפראכן, סאנסקריט און טאמיל, שטאמען פון אינדיע.
אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיקער אינדיע.
רעגירונג [באַאַרבעטן]
אינדיע האט 28 שטאטן:
- אוטאר פראדעש
- אוטאראקהאנד
- אנדרא פראדעש
- אסאם
- ארונאטשאל פראדעש
- אריסא
- ביהאר
- גאא
- גודזשאראט
- דזשאמו און קאשמיר
- דזשארקהאנד
- האריאנא
- הימאטשאל פראדעש
- טאמיל נאדו
- טריפורא
- טשאטיסגארה
- מאדהיא פראדעש
- מאהאראשטרא
- מאניפור
- מיזאראם
- מעגהאלאיא
- מערב בענגאל
- נאגאלאנד
- סיקים
- פונדזשאב
- קארנאטאקא
- קעראלא
- ראדזשאטהאן
| אַזיע־לענדער |
|---|
| אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · קיפראס · רוסלאנד · תימן |
