העלפאנד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אן העלפֿאנד

דער העלפֿאַנד (אדער עלפֿאַנט) איז א גרױסע חיה וואס איז גרױ, האט לאנגע אויערן און א לאנגען שנוק. העלפאנדן זענען היינט די גרעסטע באשעפענישן אויף דער יבשה.

העלפֿאנדן װאױנען אין אַפֿריקע און אַזיע. ביידע אַפֿריקאַנישע און אַזיאַטישע העלפֿאנדן װױנען אין גרופּעס וואס הייסן סטאַדעס.

ס'איז דא צוויי מינים: העלפאנד און אפריקאנישער העלפאנד.

דער העלפאנד האט איין זגאל:

  • אזיאטישער העלפאנד

דער אפריקאנישער העלפאנד האט צוויי זגאלן:

  • סאוואנע העלפאנד
  • וואלד העלפאנד

חילוקים צווישן דעם העלפאנד און דעם אפריקאנישן העלפאנד:

  • גרייס: אפריקאנישע העלפאנדן זענען גרעסער און זייער געוויכט דערגרייכט ביז צען טאנען. אבער דער געוויכט פונעם אזיאטישן העלפאנד דערגרייכט פינף טאנען.

העלפאנדן ווערן גערעכנט גאנץ אינטעליגענט, אזוי ווי פרימאטן און דעלפינען.