דעלפין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דעלפינען אין מאַיאָרקאַ, 2004

א דעלפֿין (Delphinidae) איז א סארט וואלפיש, א זויג חיה (Mammalia) מיט א געבערמוטער וואס לעבט אין די וואסער. די דעלפינען געהערן צו די ציינוואלפישן (Odontoceti). דעלפינען זענען די גרעסטע פאמיליע פון וואלפישן (Cetacea) מיט כמעט 40 זגאלן. זיי זענען פארשפרייט אין אלע אקעאנען.

אירע אייגנשאפטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • זייער א קלוגע אינטעלעגענטע חיה וואס מען קען איר אויסלערנען צו מאכן פארשידענע אקציעס און קונצן. איר מוח איז גרויס אין באצונג צו אנדערע חיות.
  • זי שלאפט מיט איין אויג צוגעמאכט און די אנדערע אויג איז אויפגעמאכט.
  • איר אטעם איז נישט נאכאנאנט ווי ביי אנדערע באשעפענישן, נאר זי אטעמט באוווסטזיניק, איין מאל אין א וויילע גייט זי ארויף איבער די וואסער צו אטעמען.
  • די דעלפינען לעבן אין גרופעס באחווה. זיי פארן זיך נישט צונויף נאר מיט איינעם, נאר זיי זינדיגן אזוי ווי פארן מבול.
  • זי איז זייער ליבליך צום מענטשן.
  • אין די גרויסע ימ'ען זיינען זיי צערייסערס און האלטן זיך אויס פון עסן פיש.
  • זיי האבן אן אייגענעם שפראך, און רעדן צווישן זיך מיט פארשידענע קלאנגען צו געפינען עסן, צו זיך אכטונג געבן פון א געפאר אד"ג.
  • איר גרעסטע פיינט זיינען די הייפישן. אויך נאטורליך די מענטשישע פישער'ס וואס אויסער די ווילנדיקע פישער וואס מיינען צו כאפן דעלפינען, אויך די פראסטע פישער דערשטיקן זיי אומווילנדיק ווען זיי כאפן אנדערע פיש צו מאכן טאנא, דערפאר אין געוויסע מדינות שרייבט מען אויף די טאנא פושקעס "Dolphin Safe" צו טאן וויסן אז זיי האבן אכטונג געגעבן פון מארדעווען דעלפינען.

טייל דעלפינען זענען אין סכנה, און דערפאר האט אינדיע אויסגערופן דעם דעלפין איר נאציאנאלן ים־בעל חי, כדי צו שיצן דעם גאנגעס דעלפין וואס איז אין געפאר פון אויסשטארבן.