מאהענדאס קערעמטשענד גאנדי
פֿון װיקיפּעדיע
מאהענדאַס קערעמטשענד גאַנדי (גודזשאראטיש: મોહનદાસ કરમચંદ ગાંધી; 2טן אקטאבער 1869 - 30סטן יאנואר 1948) איז געווען א פאליטישער פירער אין אינדיע, וואס האט געפירט די אינדישע זעלבשטענדיקייט באוועגונג אין איר קאמף קעגן דער הערשאפט פון דער בריטישער אימפעריע.
גאנדי איז געבוירן דעם 2טן אקטאבער 1869 אין פארבאנדאר, א שטעטל אין היינטיגן גודזשאראט, אינדיע. זיין פאטער, קערעמטשענד גאַנדי, איז געווען פרעמיער מיניסטער פון פארבאנדאר שטאַט; זיין מוטער, פוליטבע, איז געווען א דזשיין.
אין דעצעמבער 1921, גאנדי איז געווארן פירער פון דער אינדישער נאציאנאלער קאנגרעס.