איראק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
איראק
פאן איראק
סימבאָל איראק
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון איראק
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך אראביש
הויפטשטאט באגדאד33°20′N 44°26′E / 33.333, 44.433
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
דזשאלאל טאלאבאני
נורי אל־מאליקי
גרינדונג דאטום
3טן אקטאבער 1932
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
438,317 קוואדראט ק"מ
59סט
1.1
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

30,399,572
39סט
73.5 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $125.665 ביליאן (62סט)
וואלוטע איראק דינאר
צייט זאנע +3
אינטערנעט דאמען iq.
טעלעפאן קאד 964+

איראק איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די סומערישע ציוויליזאציע האט אנגעהויבן אין היינטיקן איראק.

20טן יארהונדערט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פון דער ענדע 1960ער יארן האט סאדאם כוסעין פארכאפט די מאכט אין איראק. ער האט אומגעברענגט אלע זיינע פאליטישע שונאים און געפירט א דיקטאטורישע רעזשים פאר איבער 30 יאר, ביז אמעריקע האט דערקלערט קריג אויף אים, פאר'ן חשד אז ער האט מאסן פארניכטונג וואפן. ארויסגעשטעלט האט זיך עס אלס א בלאף.

איראן-איראק מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – איראן-איראק מלחמה

אין 1980 האט איראק מיט די שטיצע פון אמעריקע און די מערב וועלט אינוואדירט איראן מיטן ציל צו פארכאפן די אויל רייכע דרום מערב טיילן פון לאנד, סאדאם האט געהאפט צו בעניפיטירן פונעם פאקט אז איראן איז נארוואס אריבער א רעוואלוציע און איר מיליטער איז געווען אין כאאס.

די גאלף קריג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 1991 האט דער ערשטער פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש אינוואדירט איראק, אינאיינעם מיט די פאראייניגטע פעלקער, כמעט נאר פון דער לופט, אלס נקמה אקציע פאר סאדאמ'ס אקופירן טיילן פון דאס קליינע לענדל קואווייט. הארט פאר פורים, יענץ יאר האט כוסעין זיך אונטערגעגעבן און איז ארויס פון קאווייט, נאכקומענדיק די פארלאנגען פון די וועלט.

מאסן פארניכטונג וואפן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער צארן פון אמעריקע האט זיך אבער נישט אפגעטאן פון. זינט דעם ביטערן טאג פון 9/11 האט דער לעצטער פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש, כסדר ווידערהאלט אז סאדאם כוסעין זאל אויפגעבען זיינע (אומעקזיסטירענדע) מאסן פארניכטונג וואפן, ווען זיינע סטראשונקעס האבן נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן, האט פרעזידענט בוש מיט זיינע אליאירטע קרעפטן אינוואדירט דאס לאנד איראק אין ווינטער 2003 האט אמעריקע אינוואדירט איראק מיט א מעכטיגע אטאקע אונטערן נאמען שאק און ציטער.

די מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס האט נישט גענומען קיין פיר וואכן, און איראק איז געווען אייגענומען דורך אמעריקאנער און בריטישע טרופען. צוויי יאר האט גענומען ביז מ'האט געפינען דעם געוועזענעם דיקטאטור אין אן אינטערערדישן מויזן לאך.

איראק נאך דער מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זינט דער מלחמה איז שוין דורך עטליכע יאר, אבער קיין שלום הערשט דארט נישט. א קליינער פארמאט פון א בירגער קריג גייט דארט אן, מיט א שרעקליכע שחיטה צווישן די שיאיטן און די סוניס, איבער 2300 אמעריקאנער סאלדאטן האבן דארט פארלוירן זייערע לעבנס, און מעגליך נאענט צו א האלב מיליאן איראקער טויטע.

פאליטיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איראק איז א מיטגליד אין אפעק, און אין אנדערע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס.


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מארעטאניע - מאראקא - מצרים - סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמארע - קואווייט - תימן