רוסלאנד

פֿון װיקיפּעדיע

שפרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

רוסלאַנד

רוסלאַנד (רוסיש:Российская Федерация/Россия) איז א זעלבסשטענדיג רעפובליק (א פאליטישער סיסטעם אין וועלכע די מענטשן ערוועלן רעפרעזענטיוון וואס זאלן פירן די מאכט) אין מזרה אייראפע און צפון אזיע, די וועלט'ס גרעסטע לאנד אין שטח. רוסלאנד איז אמאל געווען די גרעסטע, מאכטפולסטע, און פראמינענטסטע לאנד אין די געוועזענע "יוניאן אף סאוויט סאציאליסט רעפובליקס", אויך באקאנט אלס די יו.עס.עס.אר. אדער די סאוויטישע יוניאן. אין 991' איז די מאכטפולע בערישע יו.עס.עס.אר. צובראכן געווארן אויף שטיקער און רוסלאנד איז געווארן אן אייגן לאנד פאר זיך. די יו.עס.עס.אר. איז אמאל געווען די סימבאל פון קאמוניזם, א פאליטישע סיסטעם אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי פירער האבן געהאט פאליטישע און עקענאמישע קראפט. די רעגירונג האט געאייגענט אלע פירמעס און שטחים, און קאנטראלירט אלע פראדוקציעס, אימפארטן און עקספארטן, און וואס נישט. דער קאמוניסטישער סיסטעם ווערט אויך טייל מאל גערופען די קאמאנד אדער פלאנירטע עקענאמיע. נאך דער פונאנדערפאל פון די סאוויטישע פארבאנד האט רוסלאנד זיך אנגעהויבן אנטוויקלען צו א מער דעמאקראטישע סאסייאיטי, געזעצט אויף אן עקענאמיע פון מעכאניזם און פרינציפאלן. רוסלאנד האט געמאכט עטליכע גוטע ענדערונגן: זי האט איינגעשטעלט א דעמאקראטישע עלעקציע סיסטעם אין אלע טיילן פון די רעגירונג און לעגאליזירט דאס מעגליכקייט צו פארוואלטן לאנד אדער ביזנעס. רוב גרויסע רוסישע ביזנעסער זענען שוין היינט פריוואטיזירט. ווי מיר שטייען היינט דארף נאך רוסלאנד האבן א גרויסער תיקון און האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זי וועט זיך קענען פאררעכנען אלס א העכסט מאדערניזירטע לאנד אין די יונייטעד נעישאנס. ביזנעסער, לאנד, און אנדערע אייגנטום איז ווייט פון יושר'דיג צוטיילט לויט די באפעלקערונג צאל. פילע ענווייראמענטל חרבנות זענען נאך פאראן וואס דארפן פאררעכטעט ווערן. אויך א סטאבילע פאליטישע סיסטעם דארף נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן וואס זאל פארמישן די סיטיזענס אין לאקאלע, ראיאנישע, און נאציאנאלע געשעענישן, ווי עס איז איינגעשטעלט אין אלע פרייע לענדער. דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט געטוישט אלעמענס לעבנ'ס סטיל. טייל האבן אויפגעלאכטן ווען דאס פרייהייט האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו גיין אין ביזנעס. אנדערע זענען פארביטערט געווארן מיט די אונטערגאנג פון קאמוניזם ווען זיי האבן פארלוירן זייער געלט מיט די אויסנאמישע עקאנאמישע טויש. דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו פרייהייט האט פארמינערט די באפעלקערונג צאל. טראץ וואס טויזענטער מענטשן פון די ארומיגע ראיאנען פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. האבן אימיגרירט קיין רוסלאנד, איז רוסלאנד'ס באפעלקערונג צאל נאר קלענער געווארן צוליב איר קלענסטע לעבנ'ס שפאנונג און נידעריגע געבורט ראטע. (מער וועגן די קאמוניסטישע סיסטעם און איר צוזאמענפאל וועט קומען אינעם ארטיקל אי"ה). אין גענעראל ווערט רוסלאנד'ס וועטער קלימאט צוגעגליכן צו קאנאדע. רוב פון רוסלאנד שטייט אויף די זעלבע שטאפל אויף צפון ווי קאנאדע. די וועטער איז דארט געווענליך מיט 20 פראצענט קעלטער ווי אין רוב שטעט אין אמעריקע. די שטעט און ראיאנען וואס זענען גאר הויך זענען גאר קאלט (סיביר אלס ביישפיל) און ווייניג מענטשן וואוינען דארט, גענוי ווי אין קאנאדע. מיט נאך א זאך איז רוסלאנד ענליך צו קאנאדע, אז ביידע לענדער זענען ריזיג גרויס אין שטח פראצענטווייז צו אירע באפעלקערונג צאלן. רוסלאנד'ס ארגיקולטור איז זייער רייך און איר מינעראלן רייכקייט איז די רייכסטע אין די וועלט. אין אנדערע ווערטער, פארמאגט רוסלאנד אלע שליסלן און געצייג צו ווערן א רייך לאנד. מען קען נישט וויסן… רוסלאנד'ס גרעניצן לויפן איבער 12,500 מייל (20,100 קילאמעטער). אויף צפון גרעניצט זי זיך מיט דער ארקטיק אקעאן. אויף מזרח האט זי דעם פאסיפיק אקעאן מיט נאך צענדליגער קלענערע טייכן. אויף דרום-מזרח האט זי צפון קארעא, לענגאויס דרום האט זי כינע און נאך קליינע לענדער, ביים דרום-מערב ווינקל האט זי אוקריינע, אויף מערב האט זי פינלאנד מיט אירע שכינים, און ביים צפון-מערב ווינקל האט זי נארוועגן. די וועג וויאזוי רוסלאנד ווערט אדמיניסטרירט איז ווי פאלגענד: 21 רעפובליקס, 6 טעריטאריעס, ווערט דארט גערופען קרעיס, 10 נאציאנאלע שטחים, ווערט דארט גערופן אקרוגס, 49 ראיאנען, און צוויי שטעט מיט פעדעראלע סטאטוסן. די הויפט און גרעסטע שטאט איז מאסקאווע.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] לאנד און נאטורליכע אוצרות

סיי אין שטח און סיי אין גיאגראפישע מאס איז רוסלאנד די גרעסטע לאנד פון די וועלט. מיט א שטח פון 6,592,800 סקווער מייל (17,075,200 סקווער קילאמעטער) פארנעמט רוסלאנד א ניינטעל פון די וועלט'ס לאנד און איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן אדער כינע. רוסלאנד דערגרייכט א ברייטקייט פון 6,200 מייל (10,000 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב און 2,400 מייל (4,000 קילאמעטער) פון דרום צו צפון. רוסלאנד פארנעמט א באלעבאטישע פארציע פון צוויי קאנטינענטן: אזיע און אייראפע, מיט די ארעל בערג און טייכן וואס טיילט אפ די צוויי. רוסלאנד פארמאגט אויך אסאך אינזלן אינעם פאסיפיק און ארקטיק אקעאן. די מערסט באוואוסטע אינזלן אינעם ארקטיק זענען די פראנץ יאזעף, אן ארכיפעלאג פון 100 גרויסע אינזלן, נאווייא זימליא, ניו סיביריען איילענדס, און ווערענדזשל איילענדס. אינעם פאסיפיק פארמאגט זי די וועלט באקאנטע קאריל אינזלן וועלכע שניידן אריין ביז טיף אין די יאפאנעזישע וואסערן. רוסלאנד און יאפאן האבן זיך אסאך געקריגט וועגן די אינזלן אבער עס האט קיינמאל נישט געברענגט צו אן ערנסטע קריג. רוב לאנד באשטייט פון פשוט'ע ערד וואס איז גאנץ גוט צו פלאנצן. רוסלאנד'ס גרויסע בערג געפינען זיך אין סיביר און לויפט אריין ביז אינעם פאסיפיק אקעאן.


[בעאַרבעטן] נאטורליכע ראיאנען און טייכן

רוסלאנד ווערט צוטיילט אויף עטליכע גיאגראפישע ראיאנען: די גרעיט יוראפיען פלעין, די ארעל מאונטענס, און סיביר. דערנאך ווערט סיביר אליינס צוטיילט צו: מערב סיביר, צענטראל סיביר, און די בערגיגע סיביר. אינעם גרעיט יוראפיען פלעין וועלכע איז די אייראפעאישע טייל פון רוסלאנד, דאס גרעסטע טייל פון לאנד, איז די ערד איינגעטיילט אויף צוויי. די צפון טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד האט זייער פשוט'ע ערד מיט אסאך טייכן אן קיין שום מינעראלן אדער אנדערע אוצרות. אין קאנטראסט איז די דרום טייל פון די אייראפעאישע רוסלאנד זייער רייך. רוסלאנד'ס גאנצע ארגיקולטור ליגט אין דעם טייל פון לאנד. מזרח פון די אייראפעאישע רוסלאנד געפפנען זיך די ארעל בערג וועלכע טיילן אפ די אייראפעאישע און אזיע טיילן פון רוסלאנד. די בערג זענען אין אלגעמיין נישט צו הויך (ארום 2,000 פיס) אבער איר העכסטע שפיץ גרייכט א הויכקייט פון איבער 6,000 פיס (ארום 1,800 מעטער). מערב פון די ארעל בערג הויבט זיך אן מערב סיביר וועלכע איז די גרעסטע שטח אין די וועלט וואס איז אזוי גלייך. מען רעדט דארט פון איבער 1,000 מייל (1,800 קילאמעטער) פון גלייכע ערד אן קיין שום בערג, א זאך וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ. מערב סיביר פארמאגט אין זיך אסאך אויל און נאטורליכע גאז. צענטראל סיביר, וועלכע געפינט זיך צו מזרח פון מערב סיביר, באשטייט פון זייער שווערע שטחים. עס איז פאראן דארט שווערע בערג און טאלן און שטיינערדיגע ערד. אסאך טיילן פון צענטראל סיביר איז אנגעלייגט מיט וואלקענאו לאווא וועלכע מאכט אויסקוקן די ערד זייער אלט און ארים. ביים מזרח שפיץ פון רוסלאנד געפינען זיך די גרויסע שרעקעדיגע בערג וועלכע גרייכן איבער 10,000 פיס הויך און זענען פיל מיט הונדערטער וואלקענאוס, פון דעם צענדליגער וואס זענען נאך אלץ אקטיוו. דער העכסטער בארג הייסט קליוטשעסאקאיא ספאקע און גרייכט א הויכקייט פון איבער 15,000 פיס. רוסלאנד'ס גרויסע טייכן געפינען זיך אין סיביר און זענען פון די לענגסטע אין די וועלט. דער גרעסטער טייך איז דער אוב וועלכער לויפט אדורך גאנץ מערב פון רוסלאנד און כינע. דער טייך איז לאנג 3,362 מייל (5,410 קילאמעטער) וועלכע מאכט איר די לענגסטע טייך אין אזיע און אין אייראפע און דער פערטער לענגסטער טייך אין די וועלט. אלע אנדערע ריזיגע טייכן לויפן צווישן די בערגיגע ראיאנען אין סיביר ביז אריין אינעם ארקטיק. דורכאויס די סאוויט יוניאן צייטן זענען די רוסן געווען פארנומען מיט בויען הונדערטער דאמבעס פאר עלעקטריק קראפט און וואסער פלאס קאנטראל. די רוסן האבן אבער נישט גוט געבויט די דאמבעס און האבן נישט איבערגעלאזט די ספעציעלע לייטערס וואס מען מאכט אדורכצולאזן פיש אויף די אנדערע זייט. אזוי ארום האט זיך אלע פיש אויסגעליידיגט פון די באוואוינטע געגענטער.


[בעאַרבעטן] גרעניצן, ערד, וועלדער, חיות און בהמות

ווייל רוסלאנד איז די גרעסטע לאנד אויף די וועלט האט זי די לענגסטע וואסער גרעניץ ליניע. איר וואסער גרעניץ ליניע לויפט אויף א שטרעקע פון 23,400 מייל (37,650 קילאמעטער) מערסטענס ביים ארקטיק און פאסיפיק אקעאנס. אויך לויפט עס אדורך דעם שווארצן ים און דעם קעספיען ים. כאטש רוב פון אירע וואסער גרעניץ ליניע'ס ליגן אין וואסערן וואס זענען פארפרוירן אויף עטליכע מאנאטן אינעם יאר, טוט איר שיפינג פארנעמען פלאץ אויף אלע אירע וואסערן. וויבאלד א גרויסע טייל פון רוסלאנד איז שטארק אויף צפון פון די וועלט איז דארט כמעט נישט פאראן קיין געוויקסן ווייל אין די ווינטער ווערט די ערד פארפרוירן זייער טיף אראפ וואס לאזט נישט וואקסן קיין זיסע פרוכט אדער גרינצייג. א גרויס טייל פון די בערג זענען פאלאר ראיאנען וואס זענען באדעקט א גאנץ יאר מיט שניי און דארט וואקסט גארנישט. רוסלאנד'ס וועלדער, רוב פון זיי אין סיביר, באדעקן מער ווי צוויי פינפטלעך פון דאס לאנד און ציילט נאנט צו א פערטל פון די וועלט'ס סך הכל וועלדער ראיאנען. די וועלדער זענען צוטיילט און צוויי טיילן: אינעם צפון טייל באשטייט עס פון ממש איין גרויסע וואלד אן קיין איבערהאקונג און האט נאר איין ערליי בוים וואס רופט זיך קאניפערוס און ווערט גענוצט פאר סאפטוואוד לאמבער. מען האט שוין אסאך ביימער פון דארט אויסגעהאקט אבער עס קוקט נישט אויס ווי עס וועט זיך אמאל ענדיגן. די ביימער זענען קליין און ליגן שטארק צושפרייט איינע פון די אנדערע. אויף טייל ערטער איז אינגאנצען נישט פאראן קיין ביימער ווייל עס קומט צו ווייניג וואסער. אנשטאט איז דא הויכע גראז און אנדערע ווילדע געוויקסן. די דרום טייל באשטייט פון עטליכע וועלדער וואס האבן געמישטע ביימער גענוי ווי מיר זעען אין די ערטער ווי מיר גייען אין די קאנטריס. רוסלאנד האט נישט צופיל מינים ווילדע חיות אבער פון וואס זי האט יא האט זי בשפע. אין די צפון ראיאנען געפינען זיך ווייסע פאלאר בערן, ים-הונט, ים-פערד, האזן, מיט נאך עטליכע קלענערע חיות נישט גרעסער ווי קעץ. ווי אויך געפינען זיך דארט אסאך פייגל וועלכע זענען פארנומען כאפן פיש פון וואסער צום עסן. אין די אייראפעאישע טיילן פון רוסלאנד געפינען זיך אסאך וועלף, פוקסן, מינקס, וואלד-חזירים, און הערשן. אויך אסאך מינים שלענג קריכן דארט ארום. אין די נידעריגערע טיילן פון סיביר געפינען זיך די באקאנטע סיביר טייגער, דער גרעסטער קאץ אין די וועלט. טייל פון די דערמאנטע חיות זענען אין געפאר צוליב זייער זעלטנהייט אויף וועלכע די פאנגער פארלייגן זיך.


[בעאַרבעטן] נאטורליכע אוצרות

רוסלאנד פארמאגט די גרעסטע רעזווארן פון מינעראלן אוצרות פון אלע לענדער אין די וועלט. טראץ איר גרויסע שפע, זענען אסאך פון די רעזווארן אויף פארשטופטע אפגעלייגטע ערטער ווי עס איז שווער צו דערגרייכן צוליב דער קלימאט וואס הערשט דארט א גאנץ יאר און וואלט געווען זייער טייער ארויסצושעפן די אוצרות פון דארט. רוסלאנד איז צום מערסטענס געבענטשט מיט פליסיגע מינעראלן. דאס לאנד פארמאגט מער ווי האלב פון די וועלט'ס מעגליכע קוילן רעזווארן און אפשר נאכמער נאפט. נאטורליכע גאז האט זי 40 פראצענט פון די וועלט'ס סך הכל וועלכע ליגט אין גאנץ רוסלאנד. איר קוילן און נאפט זענען אויך פאראן אין רוב טיילן פון לאנד אבער די ריכטיגע אוצרות ליגן טיף אין סיביר נאכנישט צוגערירט. ווען די אראבישע לענדער וועלן אויסגיין פון אויל (משיח וועט שוין פריער דא זיין) וועט רוסלאנד זייער רייך ווערן פון אירע געשוואלענע אוצרות. אויף דערווייל זענען זיי גארנישט ווערד צוליב די שווערע און טייערע ארבעט וואס נוטיגט זיך אויב מען וויל זיי האבן, ווי מיר האבן פריער דערמאנט. נאר פון אייזן (מיט וועלכע רוסלאנד איז אויך געבענטש) האט זי נוצן ווייל די מערהייט פון אייזן אוצרות ליגן ארום און ארום די הויפט שטאט מאסקעווע. אויך מיט אלע ערליי מעטאלענע אוצרות איז רוסלאנד געבענטש ווי גאלד, זילבער, קופער, ניקעל, מערקורי, עלומינם, בליי, און צינק. די אלע אוצרות ליגן אין די ארעל מאונטענס און אין סיביר.


[בעאַרבעטן] קלימאט

רוב פון רוסלאנד האט א הארבע קלימאט מיט לאנגע ציפעדיג קאלטע ווינטערס און גאר קורצע און קילע זומערס. דאס איז צוליב וואס רוסלאנד ליגט זייער הויך אינעם געאגראפישן קערברייט פון די וועלט און אויך ווייל די הויכע בערג ביי איר מערב גרעניץ זייט שטערט די ווארימע שטראם וואס קומט ארויס פונעם פאסיפיק עס זאל גרייכן טיף אין לאנד. אין די זומער ווערט נאר ווארים אין דעם אייראפעאישן טייל פון לאנד וועלכע גיט די מעגליכקייט צו פלאנצן. פונדעסטוועגן פלאגן זיך די רוסישע פארמערס זייער שטארק פאר אביסל פירות ווייל עס קומט אראפ ווייניג רעגן און די זומער איז קוים עטליכע מאנאטן. די קעלסטע ערטער אין רוסלאנד זענען אין סיביר און די קעלסטע ארט איז אין די שטאט ווערקהאיאנסק וואו אין א געווענליכער ווינטער טאג איז די וועטער 59 אונטער זערא פארנהייט (מיינעס 51 סעלסיוס) און האט שוין אמאל דערגרייכט 90 אונטער זערא (מיינעס 68 סעלסיוס) אין פעברואר. אין זומער איז דארט געווענליך 56 דעגרי (13 סעלסיוס) אבער האט שוין אמאל דערגרייכט [איר וועט נישט גלייבן] 98 דעגרי (37 סעלסיוס). די חילוק צווישן ווערקהאיאנסק'ס קעלסטע טאג און הייסטע טאג איז דער גרעסטער חילוק צווישן וועטער דעגרי'ס פון אלע רעקארד וואס מען האט אמאל רעקארדירט. אין דעם אייראפעאישן רוסלאנד איז אביסל ווארימער צוליב דער שטראם וואס קומט אריין פונעם אקעאן. די געווענליכע טעמפרעאטור אין מאסקעווע אין יאנואר איז צווישן 9 און 21 דעגרי (פון מיינעס 6 ביז מיינעס 13 סעלסיוס). אין יולי איז די טעמפרעאטור צווישן 56 און 75 דעגרי (פון 15 ביז 20 סעלסיוס).


[בעאַרבעטן] ענווייראמענטאלע אישוס

לאנד און וואסערן אוצרות האבן געליטן הארבע דעאגראציע דורכאויס די סאוויט צייטן ווען די נוקלעארע פראדוקציע איז געווען אויפ'ן העכסטן פארנעם. אסאך געגענטער, ווי קיוזניטש אין דרום סיביר, רוב פונעם דרום טייל פון די ארעל מאונטענס וועלכע איז געווען א העפטיגע אינדוסטריעל ארט, און די וואלגע טייך זענען גאר שטארק דעאגרירט געווארן אזש ביז'ן היינטיגן טאג עפעקטירט דאס מענטשן און בהמות וואס באזוכן די געטראפענע ערטער. עטליכע נוקלעארע עקסידענטן האבן אויסגערינען גאר אסאך שעדליכע כעמיקאלן וועלכע האט איבערגעלאזט די לופט פארפעסטיגט מיט גאר שעדליכע ראדיאציע וועלכע האט דערגרייכט ביז ווייט אוועק פון רוסלאנד'ס גרעניצן. די מערסט באקאנטסטע נוקלעראע עקסידענט איז דער טשערנאביל אויפרייס אין אוקריינע אין יאר 986' וועלכע האט עפעקטירט די שטאט ברייענסק. רוסלאנד האט געליטן פון נאך אויפרייסן פון וועלכע די וועלט האט נישט געוואוסט ביז לעצטענס ווייל עס איז אויסבאהאלטן געווארן דורך די סאוויעטן וועלכע האבן זיך געשעמט דערמיט. איר מעיעק נוקלעאר פלענט, נעבן די שטאט טשעליאבינסק, האט דריי מאל אויפגעריסן, אין 49', 57', און 67'. אלע דריי אויפרייסן צוזאמען האבן ארויסגעלאזט פיל מער ראדיאציע ווי דער טשערנאביל עקסידענט. אויך אויף א גרויסע אינזל אינעם ארקטיק מיט'ן נאמען נאוואיא זימליא איז פאראן אן אומגעהויערע מאס ראדיאציע. די רוסן האבן גענוצט דעם אינזל אלס זייער גרעסטע נוקלעאר פראבע ארט. אויסער די אויפרייסן און אומאחריות'דיגע פראבעס האבן די רוסן שטענדיג אריינגעווארפן די נוקלעארע איבערבלייבענישן אין די וואסערן ארום רוסלאנד וועלכע האט שטארק פארפעסטעט די וואסער מיט אלע לעבעדיגע וואס שווימען דארט ארום. צום מערסטן האבן זיי גענוצט דעם ארקטיק אלס זייער דאמפ אבער זיי האבן אויך געווארפן זאכן אינעם יאפאנעזישן טייך ביז אזוי שפעט ווי אין 93'. נאך היינט צו טאג זענען פאראן הונדערטער אפגעדינטע נוקלעארע סובמארינען אין שיפן וואס אנקערן אין די רוסישע וואסערן און זענען א סכנה יעדע מינוט פאר אן אויפרייס. די רוסן האבן נישט גענוג געלט צו באהאנדלן די איבערבלייבענישן. אסאך טייכן און לעיקס זענען שטארק פארפעסטעט געווארן פון די צענדליגער טויזענטער קאמפס עראפלאנען וואס זענען גענוצט געווארן אין די צענדליגער קריגן און האבן אויסגעגאסן טאנען פון שמוציגע אויל און גאז וועלכע האבן איבערגעדעקט די טייכן מיט א שיכט פון שווארצע אויל. באקאנט איז דער שווארצער טייך וועלכער פארמאגט שרעקליך אסאך שמוציגע אויל וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט אויסרייניגן אפילו מיט די וועלט'ס געלט. דער גרעסטער פראבלעם פון אלעם איז אז אסאך קליינע רוסישע שטעט זענען נישט עקוויפטעט מיט וואסער רייניגונגס מאשינען און זענען אויסגעשטעלט צו די שעדליכע כעמיקאלן. רוסלאנד פארמאגט זייער ווייניג פיש טראץ וואס זי האט דאס מערסטע וואסערן אין איר באזיץ. דאס איז ווייל אסאך וואסערן זענען אזוי שמוציג אז די פיש קענען נישט דארט לעבן. די וואסערן וואס זענען שוין יא ריין זענען זייער נישט גוט קאנטראלירט געווארן און עס זענען עטליכע מאל פארגעקומען קאמערציאלע פיש געיעג וואס האט אויסגעליידיגט די טייכן פון פיש. נאך עפעס וואס מאכט אסאך אויס, זענען די ריזיגע טייכן וואס זענען פארפרוירן רוב מאנאטן פון יאר. ווען רוסלאנד איז געווארן צוריק זעלבסשטענדיג נאך דעם צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט די רעגירונג אונטערגענומען א רייע פרישע פראגראמען פאר א פריינטליכערע ענווייראמענט. נאך אלץ האט זי א שוואכע נעטווארק פאר פארקס און רעזווארן. ריסייקלינג האלט נאך דארט אין די ערשטע פאזעס.


[בעאַרבעטן] מענטשן און סאסייאיטי

רוסלאנד'ס סך הכל באפעלקערונג איז געשאצט געווארן אין יאר 02' אויף 144,978,570, מאכנדיג איר די זעקסט אנגעפילטסטע לאנד נאך כינע, אינדיע, די פאראייניגטע שטאטן, אינדאנעזיע, און בראזיל. זינט דער צוזאמענפאל פון סאוויעט יוניאן איז די אימיגראציע ראטע קיין רוסלאנד געשטיגן צו מער וויפיל עס האבן פארלאזט רוסלאנד. וויאזוי אימער, איז אבער רוסלאנד'ס נאטורליכע וואוקס פון איר באפעלקערונג נעגאטיוו וויל איר געבורט ראטע שטייט ביי 9.7 פער טויזענט מענטשן אבער איר טויט ראטע שטייט ביי 13.9 פער טויזענט מענטשן, דאס טייטש אז מער מענטשן זענען געשטארבן ווי געבוירן. רוסלאנד איז די איינציגסטע אינדוסטריאליזירטע לאנד וועלכע'ס דעמאגראפישע וואוקס איז נידעריגער ווי אין אירע פריערדיגע יארן. דאס איז ווייל, ווי געזאגט, איז איר ענווייראמענט זייער נישט גוט און איר העלט קעיר סיסטעם ווערט קלענער און קלענער ווייל עס איז דא א מאנגל אין געלט. אין די לעצטע צוויי יאר איז דער דורכשניטליכער לעבנ'ס שפאן ראטע געשטיגן, פונדעסטוועגן איז איר היינטיגע מענער לעבנ'ס שפאן ראטע ביי 62 יאר, היבש נידריגער ווי אין 94' ווען עס איז געשטאנען ביי 64. די לעבנ'ס שפאן ראטע פאר פרויען איז געפאלן פון 74 צו 73 יאר. די סך הכל באפעלקערונג געדיכטקייט איז 22 איינוואוינער פער סקווער מייל (8 איינוואוינער פער סקווער קילאמעטער), אבער אין אמת'ן איז עס שטארק געוואנדן לויט דעם ראיאן און קען נישט גערעכנט ווערן אלס דורכשניטליך. רוב מענטשן וואוינען אינעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד (ווערט אנגערופן די פערטייל טרייענגל, וואס נעמט אריין די שטח פון די מערב גרעניץ זייט ביז די ארעל מאונטענס, אדער מערב סיביר) וואו עס איז פיל געדיכטער ווי אויבנדערמאנט. בעפאר די צווייטע וועלט קריג און אויך נאכ'ן קריג האבן זיך אסאך אימיגראנטן זיך באזעצט אין רוסלאנד'ס מזרח טייל, וועלכע נעמט אריין די פרעסטיגע סיבירישע ראיאנען. די סאוויעטישע רעגירונג האט עס זייער שטארק געקוראזשט. אין די לעצטע יארן איז עס אבער צוריק אויסגעליידיגט געווארן ווען מאסן האבן זיך אריבעגעצויגן צו מערב. למעשה וואוינען ארום 65 מענטשן פער סקווער מייל (25 פער סקווער קילאמעטער) אין די דרום שטעט, וואס נעמט אריין מאסקעווע. אין דעם צפון טייל פון דעם אייראפעאישן רוסלאנד און אין אין רוב טיילן פון סיביר וואוינען קארגע 3 מענטשן פער סקווער מייל (1 מענטש פער סקווער קילאמעטער). אין די לעצטע 15 יאר זענען די באפעלקערונגן פון אסאך שטעט זייער שטארק געפאלן ווען אין דער זעלבער צייט זענען אומבאוואוסטע שטעט און ראיאנען אנגעפילט געווארן מיט גרויסע פראצענטן. דאס איז ווייל די שטעט האבן פארגרעסערט זייערע אינדוסטריאלע סעקטאר. דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן מיליאנען עטניק רוסישע אימיגרירט צו די ארומיגע ראיאנען וועלכע זענען געווען א טייל פון די יו.עס.עס.אר. פארבאנד. דאס האט אבער אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטערע יארן און איז אפילו געגאנגען אויף צוריק נאך די צווייטע וועלט קריג און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן.


[בעאַרבעטן] פרינציפאלע שטעט

רוסלאנד האט דעוועלאפט א גרויסע אורבאן באפעלקערונג דורכאויס איר סאוויעט צייט. כאטש די רעגירונג וויל ענדערש מען זאל זיך צושפרייטן איבער'ן גאנצ'ן לאנד, וואוינען היינט ארום 78 פראצענט מענטשן אין די אורבאן שטעט. מער ווי 10 שטעט, רוב דערפון אינעם אייראפעאישן רוסלאנד, פארמאגן מער ווי א מיליאן איינוואוינער. די גרעסטע שטאט איז מאסקאווע, די קאפיטאל. דערנאך קומט סעינט פיטערסבורג, וועלכע גרעניצט זיך מיט פינלאנד און פירט רוב אימפארט עקספארט. אנדערע גרויסע שטעט זענען: נאוואסיבירסק, די גרעסטע שטאט אין מערב סיביר. ניזהני נאווגאראד, די גרעסטע שטאט אין די וואלגע טייך ראיאן. די שטאט אנטהאלט אלע אויטאמאביל אין שיפן פאבריצירונג. יעקאטערינגבורג, די גרעסטע שטאט אין די ארעל מאונטענס. סאמארא, וועלכע פארמאגט אסאך אויל אינדוסטריס. (פאר די פונקטליכע באפעלקערונג צאל פון איטליכע גרויסע שטאט זע בייגעלייגטן קעסטל).


[בעאַרבעטן] עטניק גרופעס, שפראך, און רעליגיע

רוסלאנד האט די גרעסטע אויסוואל פון עטניק גרופעס אבער מאכן נישט אויס מער ווי 18 פראצענט פון דעם סך הכל באפעלקערונג צאל. די דריי גרעסטע עטניק גרופעס וועלכע מאכן אויס מער ווי איין פראצענט פון די באפעלקערונג זענען: טאטארס (פון אזיע) מיט 3.8 פראצענט, אוקריינעיענס מיט 3 פראצענט, און טשאוואש (א געמיינדע אין מזרח רוסלאנד) מיט 1.2 פראצענט. אנדערע מינאריטעטן זענען: בילארוסיענס (א קליין לאנד אין אייראפע), דייטשען, באשקירס (א רוסישע מוסלעמענער גרופע), אידן (ווערן פאררעכנט אלס אן עטניק גרופע אין רוסלאנד) און נאך צענדליגער קלענערע. פון אלע עטניק גרופעס האבן 32 גרופעס זייערע אייגענע טעריטאריעס וואו זיי האלטן זיך צוזאמען. אין די לעצטע עטליכע יאר האט עס אביסל אנגעהויבן אויסוועפן ווען אסאך עטניקס האבן זיך אריבעגעצויגן צו די גרעסערע שטעט אדער אנדערע ראיאנען. אגב, די אפיציעלע אידישע ראיאנען וואס די קאמוניסטישע רעגירונג האט געשענקט פאר די אידן צו וואוינען איז די איינציגסטע עטניק ראיאן וואס איז באזעצט מיט אנדערע עטניקס ווייל די אידן האבן ליבערשט אויסגעקליבן צו בלייבן אין זייערע דעמאלטדיגע וואוין ערטער. די אידן האבן פארלאזט רוסלאנד דורכאויס די סאוויעט צייטן צוליב די שוועריקייטן צו האלטן אידישקייט. רוסיש איז דאס לאנד'ס אפיציעלע און מערסט גענוצטע שפראך אין ביזנעס, רעגירונג, און אין שולעס. די עטניק גרופעס האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן, אבער אינגאנצען 4.5 פראצענט פון זיי קענען נישט קיין רוסיש. די איבעריגע עטניקס זענען ביילינגיול (צוויי-שפראכיג). טייל עטניק ראיאנען האבן דערקלערט אפיציעלע עטניק שפראך ראיאנען, אבער מיליאנען נישט-רוסישע האבן אדאפטירט רוסיש אלס זייער מאמע-לשון. אלעס צוזאמען ווערט גערעדט איבער הונדערט שפראכן אין רוסלאנד אבער מען קען דאס זעלטן הערן ווייל די סאוויעטן האבן גוט אריינגעבאקן די רוסישע שפראך אין יעדן. דורכאויס די סאוויעט צייטן איז רעליגיע געווען פארבאטן און די רעגירונג האט קאנטראלירט אלע רעליגיעזע אינסטיטוטן. אין די שפעטע 980' יארן האט די רעגירונג אביסל אנגעהויבן גרינגער מאכן אירע פאליסיס בנוגע רעליגיע און אין 990' האט זי געשענקט נאכמער פרייהייט. מיט'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם אין 991' איז רעליגיע געווארן 100 פראצענט פריי און עס האבן זיך באלד אנגעהויבן וועבן רעליגיעזע גרופעס וועלכע האלטן אן זייערע טראדיציאנאלע רעליגיע'ס. די גרעסטע טייל רוסן זענען קריסטליכע גלויביגע אבער זענען נישט צופיל פארנומען מיט זייער רעליגיע און גייען ווייניג צו א געבעט-הויז. די צווייטע גרעסטע רעליגיעזע גרופע אין לאנד זענען די מוסלומענער וועלכע האבן זיך זייערע עייגענע ראיאנען אין דעם וואלגע טייך ראיאן. אנדערע באקאנטע רעליגיעזע גרופעס זענען: קאטויליקן, פראטעסטאנטן, און, להבדיל, אידן. די קאטויליקן און פראטעסטאנטן האבן זיך אויך זייערע געגענטער אבער די אידן וואוינען צושפרייט אין גאנץ רוסלאנד נאך היינט צו טאג.


[בעאַרבעטן] ערציאונג

ערציאונג אין רוסלאנד איז זייער גוט. די סאוויעטן האבן אין דעם אריינגעלייגט כוחות און האבן טאקע נושא פירות געווען. אין יאר 918' האט די רעגירונג אנגעהויבן געבן פרייע פאבליק שולע פאר אלע פאמיליעס, א שריט וואס האט גאר שטארק פארבעסערט דאס חינוך איבער'ן לאנד. די רוסישע זענען נישט קיין קלעצער און גלייכן צו שטודירן. מען שאצט אז מער ווי 99 פראצענט רוסישע העכער 15 יאר קענען ליינען און שרייבן. דאס איז אן אויסטערלישע הויכע ראטע וואס איז נישט פארהאנען אין ערגעץ. א דאנק זייער ווילן צו לערנען און צולייגן קאפ האבן די רוסן דערגרייכט צו זיין פון די מערסט פארגעשריטענע לענדער. זינט די גרינדונג פון קאמוניזם איז געווען פארבאטן פריוואטע שולעס פאר קינדער. די קאמוניסטן האבן גוט אכטונג געגעבן אז אלע לערערין'ס זאלן זיין אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל און פרעדיגן קאמוניזם אין די קעפ פון די קינדער. ערשט אין 92' האט די רוסישע רעגירונג אויפגעצויגן א נייע ערציאונג געזעץ וואס האט ערלויבט צו עפענען פריוואטע שולעס. די זעלבע געזעץ האט אויך, צום ערשטן מאל זינט קאמוניזם, ערלויבט צו קענען פאבלישן אייגענע ביכער פון סיי וועלכע טעמעס. עס איז ממש צום באוואונדערן וואספארא געלונגענע ערציאונג סיסטעם די סאוויעטן האבן באוויזן אהערצושטעלן. אנדערש ווי אין אלע לענדער מיט צענדליגער סקול סיסטעמען האט רוסלאנד ליבערשט אוועקגעשטעלט עטליכע ריזיגע סקול סיסטעמען וועלכע האבן אריינגענומען יעדן איינעם און טראדיציאנאל געלערנט די רוסישע שפראך באגלייט מיט העפטיגע פרעדיגונג פון קאמוניזם קולטור. מען קען שווער טרעפן א רוסישער וואס איז נישט געגאנגען אין סקול. וויבאלד רוסלאנד איז שטענדיג געווען שמאל אין געלט האט זי פארשטייט זיך נישט געהאט קיין געהעריגע שולעס און אוודאי נישט גענוג פאר אלע קינדער. דערפאר האט זי איינגעשטעלט א סיסטעם אז די קינדער זאלן קומען אין שיפטן. רוסישע שולעס זענען נאך היינט אזוי צוריקגעבליבן אז מען קען שווער גלייבן אז דארט לערנען קינדער. קיין פלאמבינג, הייצונג, עירקאנדישענונג, איז נישטא. אבער נאך אלעם שטערט עס נישט זייערע לימודים און עס קומען פון דארט ארויס גוט געשולטע סטודענטן מיט וועלכע רוסלאנד האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען (א לעקציע, להבדיל, וויאוזי מען דארף לערנען תורה. פת במלח תאכל...). רוסלאנד'ס אוניווערזיטעטן זענען נישט קיין פריוואטע נאר אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי די שולעס. יעדע שטאט האט א אוניווערזיטעט וואו מען קען באקומען פרייע לימודים און אויך מער פארגעשריטענע פאר געלט. די גרעסטע און בעסטע אוניווערזיטעטן זענען אין די גרויסע שטעט ווי אין מאסקעווע, סעינט פיטערסבורג א.א.וו.


[בעאַרבעטן] סאציאלע סטרוקטור

דורכאויס די סאוויעט צייטן האבן כמעט אלע איינוואוינער פארדינט אייניג און נאר די קאמוניסטישע פארטיי מיטגלידער האבן גענאסן פון לוקסזעריע פריווילעגיעס ווי: באזונדערע געשעפטן, אויטאס, האטעלן, און רעזארט ערטער וואו נאר די עליטע פאליטישע האבן געוויילט. צו האבן אן אייגענע ביזנעס וואס קען גרעסער ווערן און אריינברענגן מער רווחים פאר'ן איינגעטומער איז געווען פארבאטן. די רייכסטע מענטשן אין לאנד האבן פארדינט נישט מער ווי 4 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. שטעלט אייך פאר אזא שפיל אין אמעריקע אז דער ארימסטער פארדינט 300 דאלאר א וואך און דער רייכסטער 1,200... נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז די הויפט אישו ביי יעדן געווען ביזנעס. ביז אין די ענדע 90'גער יארן האבן די רייכסטע שוין פארדינט 15 מאל אזויפיל ווי די ארימסטע. נאך אלץ גארנישט. די אמת'דיגע רייכסטע אין רוסלאנד איז נאך ביז היינט די רוסישע מאפיא וועלכע איז זייער מאכטפול סיי אין רוסלאנד און אויך אין מערערע לענדער אין די וועלט. די ערשטע שריט וואס די רעגירונג האט געטאן ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן איז געווען, צו פריוואטיזירן אלע הייזער וואס האט געגעבן א מעגליכקייט פאר יעדן אפצוקויפן זייערע הייזער פון די רעגירונג פאר א שפאט ביליגן פרייז. אזוי אז מען האט נישט מער געדארפט באצאלן רענט פאר א הויז האט מען געהאט די מעגליכקייט איינצושטעקן געלט אין ביזנעס. אין די ערשטע יארן זענען אסאך מענטשן געווארן מיטל-קלאס פארדינער א דאנק דעם. היינט צו טאג איז שוין אסאך בעסער. עס זענען שוין פאראן גרויסע ביזנעסער וואס גיבן ארבעט פאר מערערע מענטשן און טייל פון זיי מאכן שיין געלט. דאס אלעס איז אבער נאר אין די גרויסע שטעט ווי ביזנעס ווירבעלט. אין די קליינע ראיאנען פארדינט מען פרוטות. רוב זענען דארט ארים און אפילו די וואס ווערן פאררעכנט אלס מיטל-קלאס פארדינען קוים עפעס.


[בעאַרבעטן] לעבנ'ס סטיל

די לעבנ'ס סטיל אין רוסלאנד איז געוואנדן לויט'ן פארדינען. די ארימע לעבן שווער אדורך יעדן טאג און זייער אסאך זענען פארנומען מיט פארקויפן זייערע חפיצים אדער אנדערע זאכן אויף די גאסן. די רייכערע רוסישע לעבן שוין היינט א מערב סטיל לעבן נישט קיין סאך אנדערש ווי אין אמעריקע. אמעריקאנער פראדוקטן זענען זייער פאפולער אין די גרויסע שטעט. ליינען איז נאך אלץ זייער שטארק ווי אין די סאוויעט צייטן נאר די ליינווארג איז אנדערש געווארן. מען צענזורט נישט קיין ביכער און מען פארקויפט מער נישט קיין קאמוניזם פרעדיגונג ביכער. מען קען היינט קויפן ביכער פון סיי וועלכע נושא. ספארטן, מוזיק, און שפילן האבן זיך נישט געטוישט קיין סאך. ווייניג רוסישע זענען איטערעסירט אין די אלע זאכן ווייל ווי געזאגט איז א גרויס טייל פון לאנד זייער ארים און חלומ'ן נאך נישט פון אזעלכע השגות. די רוסישע פארן נישט קיין סאך ארום פאר וואקאציע אדער טוריזם. אפגערעדט פון אינטערנאציאנעל, גייען זיי אפילו נישט קיין סאך אין רוסלאנד זעלבסט. רוב פון די וואס האבן געלט פארן אוועק איבער די וויקענדס אין קאנטריס וואו זיי פארמאגן קליינע הייזעלעך און ווייניג שטח. די רייכע האבן יא טייערע קאנטרי הייזער מיט סווימינג פולס און נאך באקוועמליכקייטן. יעדער וואס פארמאגט א קאנטרי הייזעל פלאנצט זיך אליינס אביסל גרינצייגט און פרוכט וועלכע זיי נוצן פאר זייערע דייעטן. דורכאויס די סאוויעט צייטן האט די רעגירונג קאנטראלירט אלע טרעוול און נאר געלאזט פארן צו אנדערע קאמוניסטישע לענדער. די רוסן עסן דריי מאלצייטן א טאג. צו פרישטאג עסן זיי געווענליך ברויט מיט מילכיגע פראדוקטן. א טייל רוסן עסן נאך ביז'ן היינטיגן טאג די טראדיציאנאלע רוסישע פרישטאג וועלכע באשטייט בלויז פון ברויט און טיי. מיטאג איז זייער עיקר מאלצייט אין וועלכע זיי עסן פלייש, זופ, גרינצייג, אייער, און צומאל אויך אביסל מילכיגס געמישט. נאכטמאל באשטייט דארט נאר פון אביסל טיי און עפעס צובייסונגן. די רעסטוראנטן סערווירן מער מאכלים אבער ווייניג שטאפן זיך אן ביינאכט מיט עסן. וואדקע, ביר, און וויין ווערט דארט געטרינקן 24 שטונדן א טאג. ווען א רוסישער האט אפאר דאלאר וועט ער קויפן דערפון עפעס אלקהאל געטראנקן. רוסישע רעסטוראנטן זענען אמאל געווען זייער ארים און האבן סערווירט ווייניג עסן און געגעבן שוואכע סערוויס. היינט האבן זיי אסאך עסן, אריינגערעכנט עטנישע עסן, ווי כינעזע און מעקסיקא עסן. פאר א דורכשניטליכער רוס איז א רעסטוראנט צו טייער פאר מער ווי צוויי מאל א יאר. די עקענאמישע און סאציאלע ביטונגן זינט דער צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט צום מערסטן געטראפן די פרויען און קינדער. הייראטן איז שטארק געפאלן און גט'ן האט זיך שטארק געהויבן וועלכע האט איבערגעלאזט זייער אסאך מאמעס מיט קינדער אן מענער. די מאמעס זענען זייער אנגעשטרענגט מיט טאן אלע היים ארבעט נאכדעם וואס זיי ארבעטן א גאנצן טאג. נאכמער, רוב רוסישע הייזער קענען זיך נישט פארגינען די וויכטיגע היים אפלייענסעס ווי וואש מאשינען א.ד.ג. וואס מאכט זייער ארבעט פיל שווערער און נעמט אויף מער צייט. היימלאזיקייט און אנעמפלאוימענט האט זיך אסאך געהויבן זינט נאך קאמוניזם און האט שוין עטליכע מאל געהאלטן ביי א קריזיס. היינט צו טאג האלט די אנעמפלאוימענט ראטע ביי 9 פראצענט פון די ארבעטס-קראפט. רוסישע ביזנעסער זענען זייער נאכגעלאזט מיט'ן באצאלן די ארבייטערס. טייל ארבייטערס באקומען זייערע געהאלטן מאנאטן שפעט וועלכע פלאגט די ארבעטס-קראפט מיט פילע פראטעסטן און סטרייקס. רוסלאנד'ס העלט קעיר סיסטעם איז א קאטאסטראפע. דער סיסטעם איז איינגעשטעלט געווארן אין 92' און ברויך אויסצאלן אלע מעדיקל קאסטן. אבער וויבאלד עס איז פאראן קארופציע אין ביזנעס און מען באצאלט נישט געהעריג קיין שטייערן שאדט עס שטארק פאר די העלט קעיר סיסטעם. אנדערע בענעפיטן ווי פענסיע, אנעמפלאוימענט איז דא צו באקומען אבער אויך דאס איז קארופטירט און ווייניג טשעקס קומען געהעריג אן און ווען יא איז עס שפעט.


[בעאַרבעטן] עקענאמיע

די סאוויעט יוניאן האט געהאט א פלאנירטע עקענאמיע, וואס טייטש אז די רעגירונג האט קאנטראלירט אי די פראדוקציע און אי די פרייזן פאר די מארקעט. זי האט באשלאסן וואו מען דארף עפענען א נייע ביזנעס, וואס די ביזנעס זאל זיין סטאנציאנירט, ווער עס זאל דארט ארבעטן, און וויפיל געלט יעדער זאל באקומען. ווען קאמוניזם האט געהערשט אין גאנץ מזרח אייראפע האט רוסלאנד גענאסן פון גאנץ א סטאבילע עקענאמיע, א דאנק איר גוטע אנציאונגן מיט די אנדערע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן געהאט אפענע טויערן פאר ביזנעס – פארשטייט זיך נאר פאר קאמוניסטן. פון ווען אן די ראיאן איז געווארן גערייניגט פון קאמוניזם אין די פריע 80'גער יארן האט רוסלאנד'ס עקענאמיע אנגעהויבן גליטשן. דער דעמאלטדיגער פארטיי סעקרעטערי גענעראל מיככעל גורבאטשאוו האט עטליכע מאל פרובירט צו מאכן עקענאמישע רעפארמס אבער אן ערפאלג. אין 91' ווען אויך רוסלאנד איז געווארן פריי איז די עקענאמיע געפאלן נאך מער צוליב די גענצליכע איבערטויש פון געזעצן און ביזנעס סטרוקטור וועלכע האט געעפענט א נייע וועלט פאר די אונטערגעדרוקטע רוסן. אין יענע צייטן האט באריס יעלצין געווינען פירערשאפט, צוזאגנדיג א בעסערע עקענאמיע, אבער דערווייל איז די מצב פיל ערגער געווארן און דאס לאנד'ס דעפיציט האט געהאלטן ביי א פערטל פון די דזש.די.פי. ווען קאמוניזם איז געפאלן אין דעם זעלבן יאר האט יעלצין דורכגעפירט א נייע עקענאמיע רעפארם וועלכע איז באשטאנען פון 4 פונדאמענטאלע פרינציפן: 1) ליבליראזאציע, וואס באדייט אין אנדערע ווערטער פרייהייט צו טאן ביזנעס מיט סיי וואס פאר סיי וועלכע פרייז. 2) פינאנציעלע סטאביליזאציע, וועלכע האט געפאדערט צו שניידן די רעגירונג'ס אויסגאבן אין אלע אומוויכטיגע סעקטארס. מיליטער איז דעמאלט געווען די הויפט אויסגאבע פון די רעגירונג און איז אין עטליכע יאר געשניטן געווארן צו ווייניגער ווי א צענטל, ברענגנדיג א פלוס פון קעש אין די רעגירונג'ס קאסעס. 3) פריוויטיזאציע, די רעגירונג האט פריוויטאזירט אלע קלענערע און מיטלגאטיגע ביזנעסער צו אינדיווידועלע ביזנעס לייט. דאס איז געווען א קלוגע שריט וואס האט אריינגעברענגט אסאך פאנדן פאר פרישע אינוועסטמענטס. 4) אינטערנאציאנאליזאציע, די רעגירונג האט געעפענט אלע אירע טויערן צו די וועלט און געלאדענט יעדן צו טאן ביזנעס מיט איר. אין די ערטשע יארן האט יעדער פרובירט אריינצולייגן א פוס אין ביזנעס אבער זייער אסאך זענען אדורך געפאלן און די רעגירונג האט איינגעזען אז עס איז וויכטיגער צו מאכן "לאנגע-טערמין" אינוועסטמענטס וואס זאל מיט די יארן הייבן די עקענאמיע מיט יסודות'דיגע אינדוסטריס. נאך א פראבלעם איז אויפגעקומען ווען די עקזעקיוטיוון אינערהאלב די רעגירונג און ביזנעס פארשטייער האבן זיך צופיל ארומגעקריגט אויף אזוי ווייט אז יעלצין האט אין 93' אריינגעשיקט מיליטער אין פארלימענט ארויפצוצווינגען די נייע רעפארמען. די קריגערייען האט געשטערט יעדע אפטיילונג פון די רעגירונג און גארנישט איז מעגליך געווען דורכצופירן. א גוטער ביישפיל איז די רוסישע צענטראלע באנק (אר.סי.בי.). א טייל פון יעלצינ'ס רעפארם פלאן איז געווען איבעצוטוישן די צענטראלע באנק צו א צוויי-רייענשיכט באנק סיסטעם וואס אלע קאפיטיליסטישע לענדער האבן היינט צו טאג וואס קאנטראלירט די פלוס פון געלט אין לאנד און אויך אלע פאליסיס פון אלע קאמערציאלע בענק כדי צו האלטן קאנטראל אויפ'ן דאלאר. אין רוסלאנד זענען א גרויס טייל פון די באנקירן געווען קעגן יעלצינ'ס רעפארם פלאן און האבן געשטערט יעדע נייע זאך. נאך א פראבלעם איז מיטגעקומען ווען די באנק האט נישט געהאט גענוג געלט צו קויפן אלע פארגעשריטענע מאשינען און קאמפיוטערס און אזוי ארום נישט געקענט האלטן געהעריג קאנטראל. נאך א פראבלעם איז געווען אז די בענק האבן נישט געוואלט בארגן קיין געלט פאר ביזנעס אינוועסמענט געברויכן, נאכדעם וואס אסאך ביזנעסער האבן נישט צוריק באצאלט זייערע חובות. די פראבלעמען האבן שרעקליך פארקריפעלט די באנק און די אינפלאציע איז געגאנגען קאטאסטראפע. א סטאטיסטיק פון יאר 00' ווייזט אז רוסלאנד'ס דזש.די.פי. האט נאר דערגרייכט 251.1 ביליאן דאלאר, אין דעם אריינגערעכנט 54 פראצענט פון סערוויס. בלייבט איבער נאר 39 פראצענט (97 ביליאן דאלאר) אין פאבריצירונג (די איבריגע 7 פראצענט גייט פאר ארגיקולטור). מען שאצט אז עס וועט נאך געדויערן א לאנגע צייט ווילאנג רוסלאנד וועט זיך אויפארבעטן איר עקענאמיע צו א סטאנדארטע סטאביליזם.


[בעאַרבעטן] וואלוטע, באנקירונג, און פינאנץ

די הופט וואלוטע אין רוסלאנד איז דער רובל וועלכע באשטייט פון 100 קאפיקס. ווען רוסלאנד איז געווען קאמוניסטיש האט איר וואלוטע נישט געהאט קיין שום ווערד אין די פרייע לענדער און מען האט אין ערגעץ נישט געקענט זען א רובל. נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם איז איר רובל ארויף אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. מיט'ן נייעם באנק סיסטעם (ווי פריער דערמאנט) זענען אסאך ריזיגע בענק געווארן קליין און הונדערטער נייע בענק זענען צוגעקומען צוטיילט פאר אלע ראיאנען. אלעס צוזאמען זענען אויפגעשטעלט געווארן איבער 2,500 נייע בענק. אבער זיי האבן נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווייל נאך צוויי יאר האט די צענטראלע באנק געטוישט פאליסיס וועלכע האט געצווינגען פאר מער ווי האלב זיך צו פארמאכן. רוסלאנד'ס מארקעט אין סטאקס און אין באנדס ווייזן ענליכע שוואכקייט. אפגערעדט פון די אינטערנאציאנאלע וועלט, האבן אפילו די רוסן און אייגענע ביזנעס עקזעקיוטיוון נישט קיין צוטרוי צו אירע סטאקס. עס זענען פאראן ממש געציילטע רוסישע פירמעס וואס זענען באמת פעאיג אויפ'ן סטאק מארקעט. סטאק עקסדשעינדזשעס געפינען זיך אין מאסקאווע, סעינט פיטערסבורג, און נאוואסיבירסק. רוסלאנד האט געמאכט גרויסע ענדערונגן אין איר וואלוטע סיסטעם עטליכע יאר נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם. אין די סאוויעט צייטן האבן אלע לענדער אין די פאראיין גענוצט די אלטמאדישע רובל וועלכע מען האט גענוצט אין דעם בעש"ט'ס צייטן. אין 93' האט רוסלאנד געטוישט די אויסזען און געשטעל פון איר רובל און באלד געמאלדן אז אלע אלטע רובל זענען אומגילטיק. דער אקט האט אפגעטיילט רוסלאנד'ס וואלוטע סיסטעם מיט אלע אירע ארומיגע לענדער און איר געגעבן די מעגליכקייט צו קאנטראלירן די צירקולאציע פון די וואלוטע סיסטעם. ווען די רובל איז ארויס צו די אינטערנאציאנאלע מארקעט איז עס ווערד געווען 1.7 פאר א יו.עס. דאלאר. פרעזידענט יעלצין האט דאס שפעטער געענדערט צו א נייע אויסערן עקסטשעינדזש ראטע וועלכע האט פארלאנגט 450 רובל פאר איין יו.עס. דאלאר. ביז דריי יאר איז עס געפאלן צו 5,000 רובל פער יו.עס. דאלאר. זעענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית האט די צענטראלע באנק גענומען די זאך אין די האנט אריין און אנגעהויבן קאנטראלירן די עקסטשעינדזש ראטעס אז עס זאל גיין וועג ארויף. כדי צוצוקומען צודעם האבן זיי כסדר געקויפט רובל און אזוי ארום געהויבן דעם רובל מער און מער. מיט די יארן איז עס טאקע אסאך בעסער געווארן. היינט צו טאג קען א רוסישער קויפן אן אמעריקאנער דאלאר פאר 6.4 רובל.


[בעאַרבעטן] לעיבאר (ארבעט-קראפט)

די כסדר'דיגע עקענאמישע רעפארמ'ס האט שטארק עפעקטירט די לעיבאר קראפט אין רוסלאנד. לויט אפיציעלע רעגירונג'ס באריכטן האבן 75.3 מיליאן מענטשן געהאט א דזשאב אין יאר 90'. אין 94' האבן די באריכטן געוויזן אז עס איז געפאלן צו 68.7 מיליאן מענטשן. אויך די צאל ארבייטער פער עקענאמישער סעקטאר האט זיך געטוישט. אין 90' האבן 42 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט געארבעט אין אינדוסטרי. אין 94' איז עס געפאלן צו 35 פראצענט. אין ריטעיל איז פארקערט עס הייבט זיך יעדעס יאר. די סערוויס סעקטאר איז שטענדיג געווען ביי ארום 20 פראצענט. רוסלאנד'ס עקענאמישער פאל האט געמאכט אנעמפלאוימענט א ערנסטע פראבלעם ווייל די רעגירונג האט נישט גענוג געלט צו צאלן די אינשורענס און ווייניג מענטשן שרייבן זיך בכלל איין אלס אנעמפלאויט ווייל מען באקומט מער בענעפיטן אלס אן ארבייטער, ווי האוזינג, סאציאלע אינשורענס, וואס ווערן קאנטראלירט דורך פריוואטע פירמעס און נישט דורך לאקאלע רעגירונגן ווי אין אמעריקע. א גרויסע טייל וואס האבן נישט קיין דזשאב זענען איינגעשריבן אלס ארבייטער נאר וועגן די בענעפיטן וואס מען האט דערפון. ארום 9.7 פראצענט פון דאס לאנד זענען אפיציעל אנעמפלויאט אבער די ראטע שטייט פיל העכער ווי דעם וועגן די אויבנדערמאנטע פראבלעם. דאס וואוינען סטאנדארט איז זייער שוואך ווייל מען פארדינט ווייניג און מען באקומט דאס געלט שפעט. א געווענליכער רוסישער ארבייטער פארדינט די ווערד פון 5,500 יו.עס. דאלאר פער יאר.


[בעאַרבעטן] פאבריצירונג

פאבריצירונג איז געווען א וויכטיגע פראיאריטי אין די סאוויעטישע רוסלאנד ווייל א גרויס טייל פון פאבריצירונג איז געווען וויכטיג פאר מיליטערישע באנוץ. רוסלאנד זעלבסט האט געהאט 60 פראצענט פון פאבריצירונג אין די יו.עס.עס.אר., רוב דערפון אין מערב רוסלאנד און אויף די ארעל מאונטענס. קוילן און גאזאלין איז יא געווען פארשפרייט אויף מערערע ערטער אין לאנד, אריינגערעכנט מערב סיביר וועלכע האט פארנומען א גרויסע פארציע. רוסלאנד איז שטענדיג געווען ווי א וועלט פאר זיך צוליב דעם וואס זי איז געווען קאמוניסטיש און האט נישט געוואלט האנדלן מיט קיין איין פרייע לאנד. זי האט פאבריצירט אלעס אליינס אנגעהויבן פון קאמפיוטערס ביז לאקאמאטיוון. אויטאמאבילן, ארגיקולטור מאשינען, ספעס שאטלן, ראקעטן, און מיליטערישע וואפן. אין אייזן איז רוסלאנד פון די גרעסטע און מאכט די מערסטע ערליי אייזן. אין עראספעס און אין דעפענס וואפן איז רוסלאנד היבש פארגעשריטן טעכנאלאגיש. אבער אין סך הכל איז זי צוריקגעבליבן אין פאבריצירונג קעגן אנדערע לענדער וואס זענען האלב אזוי גרויס ווי איר. אין די יארן צווישן 90' און 96' ווען עטליכע רעפארמען האבן צוגרונד געלייגט די רוסישע עקענאמיע ווי פריער דערמאנט, האט די פאבריצירונג סעקטאר געליטן צום מערסטן מיט'ן אויסנאם פון אייזן וועלכע האט זיך שטענדיג גוט פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. אויך די טעקסטייל אינדוסטרי איז ממש געגאנגען א גאנג און מען אנגעהויבן צו אימפארטירן פון אייראפעאישע לענדער פאר פיל ביליגער. מען שאצט אז אזוי סאך ווי 90 פראצענט אנצוגן מיט וועלכע די רוסישע דרייען זיך ארום זענען געמאכט פון אימפארטירטע סחורה. אין אלע ערליי גרובונגן איז רוסלאנד גרויס. אין גאלד, זילבער, דיימאנטן, בליי, און קופער איז זי פון די פינף גרעסטע אין די וועלט. זי איז די גרעסטע אין ניקעל און די צווייטע גרעסטע אין עלומינעם וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין דעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד, ספעציעל ארום די שטאט סעינט פיטערסבורג. אויסער אלעם האט רוסלאנד די גרעסטע רעזווארן פון גאזאלין און קוילן גענוג צו סופלייען די וועלט פאר הונדערטער יארן ווי מיר האבן דערמאנט אינעם אריינפיר פון דעם ארטיקל. ווי באקאנט האט רוסלאנד קיינמאל נישט אכט געגעבן אויף דאס געזונט פון אירע בירגער וועלכע דערקענט זיך שטארק אין די פאבריצירונג סעקטאר. מען ארבעט דארט אונטער די אינטערנאציאינאלע סטאנדארטן און טויזענטער ווערן אנגעשטעקט מיט די ערגסטע קרענק. נישט קיין וואונדער אז די לעבנ'ס-שפאן איז דארט אזוי נידעריג...


[בעאַרבעטן] ארגיקולטור, וועלדער, און פישינג

טראץ רוסלאנד'ס גרויסקייט און רייכקייט און נאטורליכע אוצרות האט זי א מאנגל פון ארגיקולטור לאנד. בלויז 8 פראצענט פון לאנד איז קולטיווירט (געהאדעוועט), און רוב דערפון ליגן אינעם אזויגערופענעם פערטייל טרייענגעל וועלכע פארנמעט רוב פון מערב רוסלאנד. מען האט אסאך פרובירט אופצוארבעטן די אנדערע טיילן פון לאנד אבער אן ערפאלג. די שווערע וועטערס טרוקענען אויס די בלעטער און די ערד. אויך ארגיקולטור איז רעדוצירט געווארן אין די פריע 90'גער יארן, טייל צוליב די עקענאמיע און אויך וועגן וועטער ענדערונגן. ארום 35 פראצענט עסן אין רוסלאנד זענען אימפארטירט און די מענטשן זענען דאס מערסטע פארזיכערט מיט דעם. רוסלאנד איז א גרויסע פאבריצירער פון לאמבער און האלצענע פראדוקטן. רוב געהילץ וועלדער געפינען זיך אין צוויי דערנעבענדיגע וועלדער אין צפון-מזרח פונעם אייראפעאישן רוסלאנד און א קלענערע טייל אין דרום סיביר. די סאוויעטישע רעגירונג האט נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער אכט צו געבן אויף איינע פון די וויכטיגסטע אוצרות וואס איר לאנד פארמאגט און אסאך ביימער זענען אויסגעטריקענט געווארן און איינגעפאלן אין די ווינטער. היינט צו טאג ווערן די וועלדער גוט געהיטן און אפילן די אלטע ביימער האבן שוין צוריק אויפגעלעבט. די שפע פון געהילץ איז שטענדיג געווען גוט אבער נישט אייביג האבן די רוסן געמאכט געלט דערפון. ווען אימער די עקענאמיע איז נישט געווען אויף די גוטע רעלסן איז נישט געווען קיין געלט צו שיקן די סחורה קיין אויסלאנד און מיט אן איבערפלוס פון האלץ איז די מארקעט שטארק געפאלן. די פישינג אינדוסטרי איז פון די גרעסטע אין די וועלט. אפילו אין רוסלאנד'ס שווערסטע צייטן איז פישינג געשטאנען די פערטע גרעסטע אין די וועלט. רוסלאנד גיט היינט ארויס א פערטל פון די וועלט'ס פרישע און געפרוירענע פיש און א דריטל פון געקענטע פיש. אלע פיש פלעגן אמאל געפאנגען ווערן אין טייכן און לעיקס אין לאנד. היינט צו טאג האבן די רוסן א ריזיגע נעטווארק פון פיש כאפן אין די צוויי גרויסע אקעאנען מיט הונדעטער שיפן.


[בעאַרבעטן] סערוויסעס

מיט די קאמוניסטישע געפלאנטע עקענאמיע איז סערוויס נישט געווען פון די וויכטיגסטע זאכן. איינמאל קאמוניזם איז געפאלן האבן אנגעהויבן אויפקומען מיליאנען סערוויס פירמעס און די פרייזן פאר סערוויס איז שטארק ארויף. ביזנעס פארבינדענע סערוויסעס, ווי באנקירונג, פינאנץ, און אינשורענס איז מיטאמאל געווארן איינע פון די וויכטיגסטע אינדוסטריס אין די ביזנעס וועלט און אירע פרייזן זענען געשטיגן מיט 86 פראצענט. פון די אנדערע זייט זענען אסאך רעגירונג'ס אנגעוויזענע סערוויסעס שטארק געפאלן ווייל די רעגירונג האט נישט געהאט גענוג געלט צו האלטן אלע ארבייטערס. אזעלכע סעקטארס ווי ריסוירטש, העלט, ערציאונג, טראנספארטאציע, און קאמיוניקאציע האבן געמוזט אויפזאגן זייערע לאנג יעריגע ארבייטערס וואס האט פארשטייט זיך עפעקטירט די עקענאמיע און געזונטהייט.


[בעאַרבעטן] טראנספארטאציע

די סאוויעטן האבן געהאלטן פאר וויכטיג צו פארברייטערן טראנספארטאציע פאר ביזנעס באנוץ אבער האבן עס קיינמאל נישט באטראכט פאר א סערוויס וואס קען ברענגען געלט און האבן צוגעשטעלט טראנספארטאציע פאר ממש בחינם, אבער נאר אין די ראיאנען וואס האבן פארמאגט ביזנעסער. עס איז אויסגעקומען אז די אייראפעאישע רוסלאנד האט געהאט גוטע טראנספארטאציע און סיביר האט כמעט גארנישט געהאט. אין גענעראל האט רוסלאנד זייער שוואכע טראנספארטאציע קעגן אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער. רעילראודס פארנעמען די גרעסטע טייל אין רוסלאנד'ס ביזנעס טראנספארטאציע און ווייל דאס לאנד איז אזוי גרויס האט זי די צווייט מערסטע רעילראודס אין די וועלט מיט א סך הכל פון 53,400 מייל (86,000 קילאמעטער). ארום א דריטל רעילראודס ווערן שוין היינט נישט באנוצט. די פארנומענסטע רעילראוד געפינט זיך אין מערב סיביר וואו עס פארט אפטמאל א באן יעדע 3 מינוט. אלע רעילראודס זענען קאנטראלירט דורך די רעגירונג. אויך פאר פאסאזשירן פארנעמען די רעילראודס האלב טראנספארטאציע, כאטש באסעס איז שטארק אויפגעכאפט פאר טרעוועל אין לאנד און פליגערס פאר אינטערנאציאנאלע רייזעס. די רוסישע רעגירונג שטיצט שטארק די רעילראוד סיסטעם וועלכע איז די ביליגסטע טראנספארטאציע, אנדערש ווי אנדערע לענדער וועלכע פארלאזן די רעילראודס מער און מער און נוצן באסעס, אויטאס, און טראקס כאטש עס איז פיל טייערער אויפצוהאלטן געווענליכע ראודס ווי רעילראודס. טראקס פארנעמען נאר 5 פראצענט פון קאמערציאלע שיפינג. אלס די גרעסטע לאנד אין די וועלט וואלט רוסלאנד געברויכט האבן די מערסטע ראודס אבער איז למעשה די זעקסטע אין די רייע מיט 330,814 מייל (532,000 קילאמעטער) פון ראודס. נאר 67 פראצענט פון אלע ראודס זענען געפלאסטערט און נאר צו 60 פראצענט שטעט און ווילעדזשעס קען מען צוקומען דורך געפלאסטערטע ראודס. ווייניג מענטשן פארמאגן דארט אויטאס ווייל עס עקזיסטירט נישט דארט אזא מין זאך ווי באקומען קרעדיט פון א באנק, און צו גיין באצאלן די פולע פרייז פון אן אויטא איז אוממעגליך פאר א מיטל פארדינער. פון יעדע 1,000 איינוואוינער פארמאגן 120 מענטשן אן אויטא. וואסער וועגן ווערן אויך אסאך גענוצט פאר טראנספארטאציע. עס איז באוואוסט דער וואלגע טייך אלס דער גרעסטער וואסער-וועג אין לאנד וועלכע איז אויסטערליש לאנג און איז פארבינדן מיט צענדליגער קליינע קאנאלן און טייכן וואס צוזאמען גרייכן זיי כמעט אלע שטעט וואו עס איז פאראן ביזנעס. אין די סאוויעט צייטן איז אינגאנצן געווען איין עירליין, "עראפלאט", וועלכע האט סערווירט דאס גאנצע לאנד, האלטנדיג א שטארקע מאנאפאלי פאר צענדליגער יארן. עראפלאט איז נאך היינט פעסט אין ביזנעס אבער זי האט מער נישט די מאנאפאלי ווייל עס זענען שוין פאראן עטליכע פרישע עירליינס. אירע צוויי גרעסטע קאנקורענטן זענען "וואנאקאווע עירליינס" און "טרענסערא". ביז אין די 80'גער יארן האבן ווייניג מענטשן ווען אמאל זיך ארויפגעזעצט אויף א פליגער. דאס האט זיך אבער שטארק געטוישט ביי די ענדע פון די קאמוניסטישע יארן און נאכמער ווען קאמוניזם איז געפאלן, הייבנדיג זיך אין ווייניגער פון 10 יאר מיט איבער 1,500 פראצענט. פון אלע ערליי טראנספארטאציע ציילט לופט רייזעס אן אכטל.


[בעאַרבעטן] קאמיוניקאציע

די סאוויעט רעזשים האט ווי דערמאנט געלייגט א שטארקע דגוש אויף ערציאונג און מאסן פראפאגאנדע. דערפאר האט זי געשטיצט אלע ערליי פאבלישינג און קאמיוניקאציעס אין לאנד אבער האט אין דער זעלבער צייט געשטערט די מעגליכקייט צו קאמיוניקאציע ארויס צו די וועלט אויס מורא אז אירע סיטיזענס וועלן זיך עפענען די אויגן. ראדיא און טעלעוויזיע האט זי אויפגעצויגן אין 960' און עס שטארק געשטיצט, נוצנדיג דאס אלס א פאבלישינג מיטל צו פרעדיגן קאמוניזם. פארשטייט זיך אז אויסלענדישע טשענעלס זענען געווען שטרענג פארבאטן. קאמפיוטערס איז געווען פארבאטן ווייל אויף דעם האט די רעגירונג נישט געקענט האבן קיין קאנטראל. אלע קאמיונקאציע סיסטעמען האבן פארמאגט ספעציעלע סענסארס וועלכע האבן נישט אדורך געלאזט דאס וואס די רעגירונג האט נישט געוואלט מענטשן זאלן הערן. אין די מיטעלע 80'גער יארן האט גורבאטשאוו דורכגעפירט א נייע רעפארם וועלכע האט ערלויבט פאר די פאבלישינג פירמעס צו דיסקוסירן סענסיטיווע פאליטיק. דער אקט האט אריינגעברענגט אין ביזנעס אסאך נייע מידיא פירמעס, צווישן זיי עטליכע נייע צייטונגן וועלכע זענען באלד אויפגעכאפט געווארן ביי די מאסן וועלכע האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געקענט מיטהאלטן וואס עס זיך טוט זיך אפ אין זייער רעגירונג. פון די קארגע עטליכע מיליאן צייטונג לייענער האבן מיטאמאל 65 מיליאן איינוואוינער אנגעהויבן קויפן א צייטונג טעגליך. ווען די גוטע יארן זענען אנגעקומען אין די פאליטיק מיט יעלצין און די פארלימענט האט זיך אנגעהויבן האבן די מידיא פירמעס זיך ריכטיג געשטעלט אויף די פיס און האבן באקומען נייע רעכטן. יעלצין האט שפעטער פריוואטיזירט אלע מידיא פירמעס און פריוואטע אינוועסטירער האבן עס איבערגענומען. די טעלעפאן סיסטעם האט זיך אויך אסאך געטוישט נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם. די רעגירונג האט פריוואטיזירט אירע עטליכע פירמעס און עס איז געעפענט געווארן א נייע מארקעט פאר טעלעפאן סערוויס און א מעכטיגע קאנקורענט צווישן 90 נייע פירמעס וועלכע האבן געגעבן בעסערע סערוויסעס פאר פיל בליגערע פרייזן. רוסלאנד איז אבער נאך אלץ זייער צוריקגעבליבן אין קאמיוניקאציע. א שטודיע אין 00' האט געוויזן אז נאר 218 פון 1,000 הייזער פארמאגן א טעלעפאן. דאס איז פינף מאל ווייניגער ווי סיי וועלכע מאדערניזירטע לאנד. סעלפאונס איז אפגערעדט. עס זענען פאראן גאנצע שטעט און דערפער וועלכע פארמאגן ניטאמאל איין סעלפאן. ווי מיר שטייען יעצט האט די רוסישע רעגירונג אסאך פלענער וויאזוי אויפצוארבעטען איר קאמיוניקאציע סעקטאר און וועט בעטן הילף פון אינטערנאציאנאלע טעלעקאמיוניקאציע פירמעס.


[בעאַרבעטן] טוריזם

די סאוויעטן האבן געטאן אלעס וואס מעגליך נישט צו לאזן אירע סיטיזענ'ס באזוכן קאפיטיליסטישע רעגירונגן. פון די אנדערע זייט האט זי אבער יא געקוראזשט אויסלענדישע צו קומען באזוכן איר קאמוניסטישע לאנד ווייל עס איז גוט צוניץ געקומען פאר אויסערן עקסטשעינדזשעס און אויך פאר פאליטיק. אין די בעסטע יארן האבן ארום 7 מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד פון דעם אביסל מער ווי האלב פון אייראפעאישע לענדער. די קאמוניסטן האבן שטארק געשטיצט טוריזם אינלאנד כדי צו ברענגן פראפאגאנדע ביי אירע בירגער. דאס מערסט באזוכטע ארט איז פארשטייט זיך געווען די הויפט שטאט מאסקעווע. רוסלאנד האט געווענליכע אטראקציעס וועלכע ציען טוריסטן צו קומען באזוכן רוסלאנד. די פארנומענסטע אטראקציע ערטער זענען ארום און ארום מאסקעווע און סעינט פיטערסבורג וועלכע פארמאגן א רייע פון מוזעאמס, פארקס, לעיקס, און אנדערע געווענליכע אטראקציע פונקטן. רעזארט ערטער אויפ'ן שווארצן ים זענען אויך זייער פארנומען און דער באיקעל טייך, וועלכע איז דער גרעסטער טייך אין די וועלט מיט פרישע וואסער און פארמאגט אסאך איטערעסאנטע ים חיות, ברענגט אויך אסאך באזוכער יעדעס יאר. אין די ערשטע יארן נאך קאמוניזם איז אויסלענדישע טוריזם שטארק געפאלן אבער האט זיך צוריק געהויבן נאכמער עטליכע יאר שפעטער. אינעם יאר 00' האבן 21.2 מיליאן אויסלענדישע באזוכט רוסלאנד. כאטש די אנגייענדיגע ארבעט פון בויען האטעלס אין די גרויסע שטעט, איז רוסלאנד'ס טוריזם נאך אלץ אומדעוועלאפט וואס איז א שטארקע סיבה פארוואס רוסלאנד קען נישט באקומען די צאל באזוכער וואס אנדערע מערב לענדער באקומען.


[בעאַרבעטן] אויסערן עקענאמישע פארבינדונגען, האנדל, און אינוועסטמענטס

נאך דער צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. האבן רעפארמער אין יעלצין'ס פארטיי איינגעזען פאר וויכטיג צו פארבינדן רוסלאנד'ס עקענאמיע מיט גלאבאלע עקענאמיע צו באקומען פינאנציעלע הילף פאר מארקעט רעפארמען. רוסלאנד'ס הויפט פראבלעם איז דעמאלט געווען אירע נאציאנאלע חובות וועלכע עס איז אוממעגליך געווען אליין צו באצאלן אין יענע שווערע צייטן. אין די ערשטע עטליכע יאר האט זי טאקע כמעט גארנישט באצאלט ביז עס איז איר געלונגען אין 96' צו באקומען א לאנגע טערמין ווידער-באצאלונג דורך צוויי קרעדיטערס פון פאריז און פון לאנדאן. א דאנק איר גלאבאלע עקענאמישע פארבינדונג האט רוסלאנד אנגעהויבן באקומען הילף פון די אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד (איי.עם.עף.). אין 94' האט זי באקומען 1.5 ביליאן דאלאר. אין 95' 5.5 ביליאן דאלאר. און אין 96' 2.9 ביליאן דאלאר. אויסער דעם האט אמעריקע מיט דייטשלאנד געבארגט פאר רוסלאנד 2.4 ביליאן דאלאר אין 96'. כדי צו פארגרינגערן די עקענאמיע און אזוי ארום געשטיצט יעלצין'ס פארטיי זי זאל געווינען די דעמאלטדיגע וואלן. רוסלאנד'ס עקענאמישע מוסטער האט זיך דראמאטיש געטוישט זינט זי איז געווארן אויס קאמוניסטיש. אין די יארן פון די קאלטע קריג (ענדע 40'גער יארן) האט די יו.עס.עס.אר. געפירט אלע אירע אויסערן האנדל נאר מיט אנדערע קאמוניסטישע לענדער און האט פרובירט צו מאכן א בלאק פון קאמוניסטישע לענדער אין אייראפע און אזיע וואס זאלן זיין 100 פראצענט זעלבסטשטענדיג אין עקענאמיע פון די מערב לענדער. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר קנאפע 20 יאר ווען רוסלאנד האט איינגעזען אז צו צוקומען צו מער טעכנאלאגיע וועט זי יא מוזן עפעס האנדלן מיט די מערב לענדער. נאך אלץ איז צוויי דריטל האנדל געבליבן מיט די קאמוניסטישע לענדער און אלעס איז געווען מיט'ן זעלבן פלאנירטן וועג ווי די גאנצע קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם איז געגאנגען. ווען די יו.עס.עס.אר. איז צובראכן געווארן האט זיך אלעס געטוישט. רוסלאנד'ס אויסערן האנדל איז רעדוצירט געווארן ביז א דריטל און אויך אימפארטן איז געפאלן מיט האלב. דאס ביסל האנדל און אימפארטן האט גענומען גאר אן אנדער ליניע וועלכע האט גענויגט צו די מערב לענדער. ביז עטליכע יאר האבן אלע מערב האנדל געציילט דריי פינפטלעך פון איר סך הכל האנדל אויסער די געוועזענע יו.עס.עס.אר. טעריטאריע און די האנדלן מיט די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער איז געפאלן ביז צו א צענטל. אפילו מיט רוסלאנד'ס געוועזענע אינערליכע עמפייער האט זי אפגעלאזט מער ווי האלב האנדל אחוץ מיט אוקריינא און בילארוס. דייטשלאנד פארנעמט היינט 13 פראצענט פון רוסלאנד'ס האנדל, דערנאך קומט די פאראייניגעטע שטאטן און איטאליע. אין 98' איז רוסלאנד'ס געווארן א מיטגלידער אין די אזיע-פאסיפיק עקענאמיק קאאפאראציע (אפע"ק) ארגאניזאציע. צוביסלעך האט רוסלאנד פארלוירן קאנטראל אויף אלע אימפארט און עקספארט שטייערן זייענדיג אונטער שטארקע דרוק פון די איי.עם.עף. וועלכע האט איר געצווינגען צו טוישן אירע פאליסיס. די אייניציגסטע זאכן וואס איז יא געבליבן אונטער רוסלאנד'ס קאנטראל איז וואפן און אנדערע פארטיידיגונגס פארבינדעטע געצייג. פון 91' ביז 96' האט רוסלאנד געהאט א גוטע באלאנס אויף אירע אויסערן האנדלן וועלכעס עקספארט סורפלוס איבער אימפארט האט דערגרייכט מער ווי 5 פראצענט פון דאס לאנד'ס דזשי.די.פי. (גראוס דאמעסטיק פראדאקט), אין יענע צייטן איז עס געווען די העכסטע האנדל סורפלוס אין די וועלט. די גוטע האנדל יארן זענען אבער נישט לאנג פארבליבן ווייל פילע אומלעגאלע אימפארטן און א פלוס פון שמוגלערייען אויף ארויס האבן אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד.


[בעאַרבעטן] רעגירונג

די רוסישע פעדערעישן איז געווארן אן אינדעפענדענט (זעלבסטשטענדיג) סטעיט אין דעצעמבער 991' אלס א רעזולטאט פון דער צוזאמענפאל פון די יו.עס.עס.אר. דורכאויס די קאמוניסטישע תקופה איז די "רוסיען סאוויעט פעדערעטעד סאשעליסט רעפובליק" (אר.עס.עף.עס.אר.) געווען די גרעסטע פון אלע יו.עס.עס.אר.'ס 15 רעפובליקס. רוסלאנד פארנעמט היינט צו טאג גענוי די זעלבע טעריטאריע וואס זי האט פארמאגט אין די קאמוניסטישע צייטן. רוסלאנד האט נאכ'ן זעלבסטשטעדיג ווערן געטוישט איר קאנסטיטוציע און רעגירונג סיסטעם. זי איז היינט א פעדעראלע און פרעזידענטיאלע רעגירונג אונטער א קאנסטיטוציע וואס איז אדאפטירט געווארן אין 993', איבערנעמענדיג די אלטע יו.עס.עס.אר. קאנסיטיטוציע וואס איז צום לעצטן מאל רעפארמירט געווארן אין 978'. די פעדעראלע רעגירונג איז צוטיילט אין 3 באזונדערע אפטיילונגען: די עקזעקיוטיוו (דער פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער), לעגיסלאטיוו (פעדעראלע אסעמבלי), און יוסטיץ. די רעגירונג איז פאראנטווארטליכט צו דעם פרעזידענט און די עקזעקיוטיוו איז שטערקער ווי די אנדערע צוויי אפטיילונגן. די עקזעקיוטיוו האט די גאנצע מאכט פון דורכפירן געזעצן און די לעגיסלאטור איז געשטעלט עס צו שטודירן אבער האט נישט קיין מאכט. די לעגיסלאטור קען מיט די כוח פון וואלן טוישן די עקזעקיוטיוו אדער שטערן די עקזעקיוטיוו פון דורכפירן א געזעץ. רוב פון רוסלאנד'ס היינטיגע קאנסטיטוציע איז געמאכט געווארן דורך פרעזידענט באריס יעלצין, וועלכער האט געווינען רוסלאנד'ס פירערשאפט זינט זי איז געווארן זעלבסטשטענדיג ביז אין 99' ווען ער האט רעזיגנירט פון פאליטיקס. יעלצין איז נאך ערוועלט געווארן אנהויב 91' ווען רוסלאנד איז נאך געווען א טייל פון די יו.עס.עס.אר. און איז פארבליבן דער ערשטער פרעזידענט פון די זעלבסשטענדיגע רוסלאנד. אין 96' איז ער ווידער ערוועלט געווארן פאר א פיר יעריגע טערמין אבער האט רעזיגנירט אין זיין דריטע יאר.


[בעאַרבעטן] די קאנסטיטוציע

דורכאויס די סאוויעט צייטן איז די הויפט מאכט אדמיניסטרירט געווארן פון די קאמוניסטישע פארטיי וועלכע האט געהאט אירע באזעס אין די הויפט שטאט מאסקעווע. יעדע פון די 15 רעפובליקס האבן געהאט א באזונדערע לאקאלע רעגירונג וועלכע האט נישט געהאט צופיל מאכט. די ווייניגסטע פון אלע האט געהאט רוסלאנד זעלבסט (אר.עס.עף.עס.אר.), וועלכע האט אויך געהאט א לאקאלע רעגירונג אבער האט נישט געהאט קיין אייגענע סעקיוריטי פאליציי און א לאקאלע קאמוניסטישע פארטיי ווי די אנדערע 14 רעפובליקס. רוסלאנד זעלבסט האט פארמאגט אין איר לאקאלע רעגירונג א קאונסיל פון מיניסטארן און א לעגיסלאטור. רוסלאנד זעלבסט האט געהאט איר אייגענע קאנסטיטוציע וועלכע איז געמאכט געווארן אין 978' אבער איז ערשט געווארן געזעץ ווען די סאוויעט יוניאן איז צוזאמענגעפאלן. די קאנסטיטוציע האט דעמאלט איבערגעגעבן די עקזעקיוטיוו צו די לעגיסלאטור. די לעגיסלאטור האט אבער נישט געהאט קיין שום ערפארונג וויאזוי מען פירט די רעגירונג און עס האבן זיך געמאכט מערערע פראבלעמען. דער גרעסטער פראבלעם איז געווען וויאזוי צו צוטיילן די מאכט צווישן די רעגירונג אפטיילונגן. ענדליך אין 93' האט יעלצין באוויזן צו איינשטעלן א נייע קאנסטיטוציע דורך א רעפערענדום. כאטש די נייע קאנסטיטוציע האט אויך געגעבן צופיל מאכט פאר די עקזעקיוטיוו, האט עס אבער אוועקגעשטעלט אסאך דעמאקראטישע רעגירונג סיסטעמען ווי טערמינען פאר אפיס, עלעקטאראל פראצעדורן, און שטימרעכט פאר אלע סיטיזענס העכער 18 יאר אלט.


[בעאַרבעטן] די עקזעקיוטיוו, לעגיסלאטור, און יוסטיץ

די הויפט מאכט פארמאגט די עקזעקיוטיוו אפטיילונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט דורך די איינוואוינער פאר א 4 יעריגן טערמין. אזויווי אין אמעריקע קען א פרעזידענט אין רוסלאנד אויך נישט דינען מער ווי צוויי טערמינען. דער פרעזידענט איז אויך דער קאמאנדיר אין טשיף פאר די מיליטערישע אפטיילונג און שפילט די גרעסטע ראלע אין די סעקיוריטי קאונסיל, וועלכע מאכט אלע באשלוסן בנוגע מיליטערישע אקטיוויטעטן. אינאיינעם מיט'ן דעפענס מיניסטער, האט דער פרעזידענט די פולע קאנטראל אויף אלע נולעארע וואפן יעדע מינוט אין טאג. דער פרעזידענט ערוועלט זיך אליינס א פרעמיער מיניסטער וועלכער איז דער צווייטער אין קאמאנד. די באשטימונג איז געוואנדן אויף די סטעיט דומא, די נידעריגערע הויז אין פארלעמענט, אויב זיי ווארפן אפ דעם קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער דריי מאל קען דער פרעזידענט אויפלעזן די לעגיסלאטור און פאררופן נייע וואלן. דער פרעזידענט קען אויך אויפלעזן די לעגיסלאטור פאר עטליכע אנדערע סיבות. אויב דער פרעזידענט שטארבט אדער קען נישט זיין אין אפיס וועגן וועלכע אנדערע סיבה נעמט דער פרעמיער מיניסטער איבער דעם רעדל אויף צייטווייליג ביז ווילאנג מען ערוועלט א נייעם פרעזידענט וואס מוז געטאן ווערן אין 3 מאנאטן. די פעדעראלע אסעמבלי איז רוסלאנד'ס נאציאנאלע לעגיסלאטור און איז צוזאמענגעשטעלט פון א העכערע און נידעריגערע הויז. די העכערע הויז ווערט אנגערופען די קאונסיל אף פעדערעישן און באשטייט פון 178 מיטגלידער – צוויי רעפרעזענטיוון פאר יעדע פון רוסלאנ'ס 89 אדמיניסטראטיווע יוניטס וועלכע מאכן די רוסישע פעדערעישן. די לאקאלע עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטיוו פירער פון יעדע יוניט זענען די רעפרעזענטיוון אין די אסעמבלי פאר זייער יוניט. די נידעריגערע הויז ווערט אנגערופען די סטעיט דומא און באשטייט פון 450 מיטגלידער. די דומא ווערט צוזאמענגעשטעלט ווי פאלגענד: די וויילער וועלן אויס פארטייען דורך א בעלאט און לויט די רעזולטאטן ווערן 225 מיטגלידער (האלב פון די דומא) צוטיילט, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די פארטיי. די אנדערע האלב פון די דומא ווערן באזונדער ערוועלט דורך עלעקטראל דיסטריקס אין גאנצן לאנד. יעדע פון די 89 יוניט פארמאגן כאטש איין עלעקטראל דיסטריק. יעדער רעפרעזענטעטיוו מוז באקומען מינימום 5 פראצענט פון די שטימען צו קענען ערוועלט ווערן אלס א דומא מיטגלידער. די רעפרעזענטיוון פלעגן אלע יארן דינען א צוויי יעריגן טערמין. אין 995' האט דאס געזעץ אנגעהויבן ערלויבן א 4 יעריגן טערמין סיסטעם. די העכסטע אין די יוסטיץ אפטיילונג איז די קאנסטיטוציאנאלע געריכט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון 19 ריכטער וועלכע ווערן ערוועלט דורכ'ן פרעזידענט און מוז באשטעטיגט ווערן דורך די קאונסיל אף פעדערעישן. דאס העכסטע געריכט האט די מאנדאט איינצוטיילן פאר די עקזעקיוטיוו און לעגיסלאטור אלע קאנסטיטוציאנאלע אישוס. אין די 90' קאנפליקט צווישן יעלצין אין די לעגיסלאטור (ווי דערמאנט) איז דאס העכסטע געריכט געבליבן אויסגעשפילט נאכדעם וואס זי האט פרובירט צו מאנדאטירן אין דעם קאנפליקט אבער איז דורכגעפאלן. ביים אויסשטעלן די נייע קאנסטיטוציע אין 93' האט מען ארומגעטוישט די גאנצע געריכט סיסטעם או