לופטליניע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
איבעריאַ איז אַ שפּאַנישע פֿלי–געזעלשאַפט


א לופֿטליניע אדער פֿלי־געזעלשאַפֿט טראנספארטירט מענטשן און משאות דורך פליגערס פון איין שטאט/שטאַט צום צווייטן.


פארשידענע לופֿטליניעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לופטליניעס זענען נישט אלע אייניק געגרינדעט און אזויווי אין אנדערע ביזנעסער זענען פאראן אפטיילונגן וועלכע מעסטן זיי. אלע אמעריקאנער לופטליניעס זענען פריוואט אדער פובליק אייגענטום. איבער די וועלט זענען פאראן אסאך לופטליניעס וועלכע באלאנגן צו די רעגירונג, ספעציעל אין אזעלכע לענדער וואו עס זענען נישט פאראן קיין אינוועסטירער וואס האבן די געלט צו קענען אויפשטעלן א עירליין. די אמעריקאנער לופטליניעס ווערן געמאסטן לויט וויפיל געלט זיי מאכן און זיי זענען צעטיילט אין 3 קאטעגאריעס: הויפט, נאציאנאלע, און ראיאנישע.

די גרויסע געבן סערוויסעס צו מערערע און ווייטערע דעסטינאציעס און די קלענערע געבן נאר לימיטירטע סערוויס. לאמיר זיי באטראכטן נענטער:

הויפט לופטליניעס – די זענען די גאר גרויסע לופטליניעס פון וועלכע מען הערט כסדר אין די נייעס. אלע לופטליניעס אין די קאטעגאריע ברענגן אריין מער ווי א ביליאן דאלאר אין פראפיטן. עס זענען היינט פאראן 12 הויפט עירליינס: אלאסקע, אמעריקע וועסט, אמעריקן, אמעריקן איגל, אמעריקן טרענס עיר, קאנטינענטל, דעלטא, נארטוועסט, סאוטוועסט, טרענסוואורלד, יונייטעד און יו-עס עירוועיס. די גרעסטע לופטליניעס פארמאגן געווענליך אויך די מערסטע ארבייטער. יונייטעד לופטליניעס פארמאגט נאנט צו 100,000 ארבייטער, אמעריקן האט עטוואס איבער 90,000, און דעלטא פארמאגט ארום 77,000 ארבייטער. אן אויסנאם איז אלאסקע לופטליניעס וועלכע איז פאררעכנט פון די גרעסטע אבער פארמאגט נאר בערך 10,000 ארבייטער.

נאציאנאלע לופטליניעס – איין שטאפל ווייניגער ווי די הויפט לופטליניעס זענען די נאציאנאלע לופטליניעס וועלכע פארדינען צווישן 100 מיליאן און 1 ביליאן דאלאר יערליך. די נאציאנאלע לופטליניעס קענען זיין גרויסע לופטליניעס וועלכע טראגן פאסאזשירן נאר דאמעסטיק און טייל פון זיי האבן פלייטס צו געוויסע אינטערנאציאנאלע דעסטינאציעס. א ביישפיל פון נאציאנאלע לופטליניעס זענען: אלאוהא, אטלעס עיר, ערטרען, עמערי וואורלדווייד, עווערגרין, האוואיען און מידוועסט עקספרעס, די לופטליניעס פארמאגן צווישן 2,000 און 4,000 ארבייטער.

ראיאנישע לופטליניעס – די סארט לופטליניעס אפערירן אין געוויסע ראיאנען און פילן אָן די לעכער וועלכע די גרויסע לופטליניעס לאזן איבער. לויט די עיר טראנספארט אסאסאציע אוו אמעריקע זענען די ראיאנישע לופטליניעס די שנעלסטע וואקסנדיגע לופטליניעס אין די אינדוסטרי. די אסאסיאציע צעטיילט זיי אין דריי סוב-גרופעס: גרויסע, מיטלגאטיגע, און קליינע. די גרויסע פארדינען צווישן 20 און 100 מיליאן דאלאר פער יאר און טראגן פאסאזשירן מיט פליגער וועלכע קען אויפנעמען העכער 60 פאסאזשירן. די מיטלגאטיגע זענען קליינע לופטליניעס וועלכע פארדינען ווייניגער ווי 20 מיליאן דאלאר פער יאר (אויך נישט שלעכט!) און נוצן נאר קליינע פליגער. די גאר קליינע זענען זייערע פארדינסטן אפילו נישט באקאנט און זיי דינען ווי קאמיוטער ערליינס אין פארשידענע צייטן אויף פארשידענע ראיאנען.

די לופטליניע אינדוסטריע ארבעט נישט אנדערש ווי אנדערע סערוויס ביזנעסער און פארמאגט פארשידענע סארט קליענטן וועלכע דארפן פארשידענע באדינסט. רוב פאסאזשירן וועלן נוצן די גרעסטע לופטליניעס צו פארן אויף ווייטע פלעצער ווייל זיי האבן די מערסטע פלייטס און די בעסטע סקעדזשועלס. ביזנעס לייט וועלכע פארן צווישן איין שטאט און די אנדערע וועלן געווענליך נוצן ראיאנישע לופטליניעס וועלכע זענען ספעציאליזירט צווישן די צוויי שטעט ווייל אזוי זענען זיי פֿאַרזיכערט אז אלע פֿלייטס וועלן זיין נאן-סטאפ. נאכדעם זענען פאראן א טייל קליענטן וועלכע וועלן נוצן סיי וואספארא לופטליניע אזוי לאנג ווי יענער איז די ביליגסטע.

(באמערקונג: די אלע אויבנדערמאנטע ציפערן זענען לויט א געווענליכן יאר. אין די לעצטע צוויי יאר האבן רוב לופטליניעס געהאט שוואכע פארדינסטן און טייל האבן פארלוירן מיליאנען דאלארן).

די גרעסטע לופטליניעס אין אמעריקע זענען אויך די גרעסטע לופטליניעס אין דער וועלט. אמעריקן, יונייטעד, דעלטא, נארטוועסט, און קאנטינענטל זענען די גרעסטע פינף. די ערשטע גרעסטע אויסער אמעריקאנער לופטליניעס זענען ער פראנס, בריטיש ערוועיס און לופטהאנזא.

אנאטאמיע פון א לופטליניע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

כאטש די אפעראציעס פון יעדער לופטליניע קען זיין אנדערש איז אבער פאראן א געוויסע וועג אינעם סטרוקטור פון אלע עירליינס. אן עירליינ'ס וויכטיגסטע נכסים איז די פליגער און אירע ארבייטער. א לופטליניע קען פארמאגן די בעסטע פליגער אבער אויב זי האט נישט די ארבייטער ארגאניזירט קען זי נישט עקזעסטירן. א לופטליניע ווערט געווענליך רעפרעזענטירט דורך דעם פילאט און פלייט אטענדענס וועלכע גריסן און סערווירן די פאסאזשירן דורכאויס די רייזע, אבער עס זענען באמת פאראן אסאך מער ארבייטער וועלכע מען זעט נישט און זיי טוען די הויפט ארבעט. נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין א לופטליניע איז זענען די ארבעטער איינגעטיילט אויף דער זעלבער סיסטעם אין די פאלגענדע קאטעגאריעס: ליין פערסאנאל – די זענען די גרופע פון ארבעטער וועלכע מען זעט שטענדיג ווי די פילאטן, עראפלאן־סארווערס, בילעטן פארקויפערס, טשעק-אין פערסאנאל, טויער געהילפן, און זיכערהייט אגענטן וועלכע פארנעמען 85 פראצענט פון די לופטליניעס ארבעט'ס קראפט. אפעראציעס – די אפיס ארבעטער קאנטראלירן דעם גאנצן צייטפלאן פון דער לופטליניע און טיילן איין די ארבעט פאר די פילאטן און עראפלאן־סארווערס. די ארבעטער זענען געלערנטע מענטשן וועלכע טוען די גאנצע דיספעטש ארבעט פאר דער לופטליניע און דארפן קענען אלע עף-עי-עי געזעצן אויסעווייניג. אויפהאלטונג – פליגער זענען מולטי מיליאן דאלארדיגע מאשינען וועלכע דארפן ווערן באהאנדל'ט כדי די לופטליניע זאל אנהאלטן איר צוטרוי צו אירע קאסטומער. א פליגער דארף מען רייניגן און האלטן שיין עס זאל שטענדיג אויסזען פריש און מען דארף זיכער מאכן בעפאר יעדע פלייט אז עס איז פאראן גענוג סופלייס פאר די פאסאזשירן.

סעילס און מארקעטינג – די סעילס און מארקעטינג ארביטער מאכן אפ די פרייזן, ברענגן אריין קארגא קאסטומערס, דארפן טאן אדווערטייזינג, און הייבן אויף די טעלעפאן פאר מענטשן וואס רופן אריין (קאסטומער סערוויס). אויסער די אויבנדערמאנטע ארבייטער וועלכע פארנעמען רוב פון די עירליינ'ס ארבעט'ס קראפט פארמאגט אויך יעדע לופטליניע אסאך אנדערע ארבייטער ווי ספעציאליסטן, סוב-קאנטראקטארס, וועלכע ווערן אריינגערופן אין פארשידענע פעלער. די ספעציאליסטן רעכנט אריין אדוואקאטן, אקאונטענטס, און פובליק רילעישאנס ספעציאליסטן. די סוב-קאנטראקטארס זענען געוואנדן לויט די עירליין. רוב גרויסע לופטליניעס טוען אלעס אליינס אבער די קלענערע נוצן סוב-קאנטראקטינג פאר רייניגן, פאררעכטן, זיכערהייט און נאך. אלע עסן וואס ווערן סערווירט אויף די לופטליניעס זענען סוב-קאנטראקטעט מיט קעטערינג פירמעס וועלכע דארפן זיכער מאכן אז די עסן איז גרייט צו יעדע פלייט.

מאנשאפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פלי מאנשאפט אויף א פליגער איז כולל:

  • פילאטן
  • עראפלאן־סארווערס
  • (אפטמאל) זיכערהייטס מענטשן

האבס און ספיצעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די צוויי ווערטער איז ווי א קורצע אפטייטש וויאזוי די סיסטעם פון א לופטליניע ארבעט. האב מיינט די צענטראלע לופטפעלד מיט וועלכע די לופטליניע באנוצט זיך און סקאופס זענען די רוטס וועלכע די פלייטס נעמען ארויס פון די האב לופטפעלד. גרויסע לופטליניעס פארמאגן מערערע האבס וואס מיט דעם ערלויבן זיי זיך צו סקעדזשועלן מער פלייטס צו מער דעסטינאציעס. די האב און ספאוק סיסטעם איז באקאנט געווארן, אדער בעסער געזאגט אנגעהויבן גענוצט ווערן, נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט אראפגענומען די דירעקט רוט רעגולאציעס אין 978'. ביז אהין זענען אלע גרויסע לופטליניעס געווען געצווינגן דורך די רעגירונג צו פליען דירעקט צווישן צוויי קליינע מארקעטס וועלכע זיי האבן גערופן די "פאוינט-טו-פאוינט" סיסטעם. דער פראבלעם מיט יענעם סיסטעם איז געווען אז אסאך פלייטס זענען געווען האלב ליידיג און די לופטליניעס האבן פארלוירן גרויסע געלטער. היינט צו טאג פארמאגן רוב לופטליניעס כאטש איין צענטראלע לופטפעלד ווי אלע פלייטס גייען. דאס ווערט אנגערופן די האב און אלע פלייטס וואס פארן אוועק פון דארטן רופן זיך די ספאוקס. פאר א ביישפיל וועלן מיר נוצן יונייטעד לופטליניעס וועמענ'ס האב איז אין שיקאגא'ס אהער לופטפעלד. ווען איינער פון טענעסי וועט וועלן פארן קיין נארט דעקאטע וועט ער קיינמאל נישט טרעפן קיין פלייט גלייך אהין און יונייטעד וועט אים טראגן פון טענעסי קיין אוהער און פון אוהער קיין נארט דעקאטע דורך א קאנעקטינג פלייט. דער ציל פון די האב און ספאוק סיסטעם איז צו שפארן די לופטליניעס געלט און מיט דעם קענען צושטעלן מער פלייטס צו מער דעסטינאציעס. אויב יונייטעד זאל ווען צושטעלן פלייטס פון טענעסי קיין נארט דעקאטע וואלט זי געהאט האלב אדער צוויי דריטל ליידיגע פליגער און וואלט געמוזט הייבן די פרייז פון א טיקעט כדי זי זאל נישט פארלירן געלט און עס וואלט זיך נישט געלוינט פאר די פאסאזשירן. פארשטייט זיך אז ווי מער פאסאזשירן עס זענען פאראן אלס ביליגער קאסטן די טיקעטס און אלס מער פלייטס זענען פאראן. פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס קען מען טרעפן פלייטס יעדע האלבע שעה און די טיקעסט זענען ביליגער ווי פון ניו יארק קיין ספרינגפיעלד וואו ווייניגער מענטשן פארן. געוויסע לופטליניעס זענען פון די אויסנאמען וועלכע פארמאגן נישט קיין האבס און פארן נאר אויף דירעקטע פלייטס פון איין ארט צום צווייטן און מאכן טאקע געלט נאר צוליב דעם. א ביישפיל איז סאוטוועסט לופטליניעס וועלכע גיט אלע דאמעסטיק פלייטס נאן-סטאפ. סאוטוועסט סערווירט היינט ארום 300 דעסטינאציעס דורך די פאוינט-טו-פאוינט סיסטעם און פארמאגט ווייניג לאנג דיסטענס פלייטס און די ביסל וואס יא זענען טאקע נישט נאן-סטאפ. אין אנדערע לענדער זענען נאך יא פאראן לופטליניעס וועלכע זענען רעגולירט דורך די רעגירונג און מוזן צושטעלן פלייטס צו אלע דעסטינאציעס אפילו אויב זיי דערלייגן געלט. די רעגירונגן שטיצן די לופטליניעס און בעטן א ספעציעלע שטייער פון די פאסאזשירן. צום ביישפיל אין קאנאדע איז פאראן איין הויפט עירליין, עיר קאנאדע, וועלכע האט די מאנאפאלי איבער אלע לופטליניעס און ווערט געשטיצט דורך די רעגירונג אבער זי מוז לעגאל צושטעלן פלייטס צו אירע טעריטאריעס וואו אויף געציילטע ערטער קען מען נישט צוקומען מיט קיין אויטא רוב טעג פון יאר צוליב די שנייען. פארשטייט זיך אז די לופטליניע דערלייגט גרויס געלט פון די פלייטס.


טיקעט פרייזן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איינמאל דער קאסטומער האט אפגעמאכט וועלכע לופטליניע עס איז אים די באקוועמסטע דארף ער קויפן א טיקעט וועלכע ער קען טאן דורך די טעלעפאן אדער דורך די אינטערנעט. טיקעטס קען מען קויפן דירעקט פון דער לופטליניע אדער דורך א טרעוול אגענטור. יעדע לופטליניע פארמאגט א גרויסע צאל ארבייטער וועלכע געבן זיך אפ נאר מיט רעזערווירן טיקעטס און מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן אויף 100 פראצענט. אמאל האט מען נאר געוואוסט פון פאפירענע טיקעטס וועלכע מען האט באקומען פון די טרעוול אגענטור און איז גענוצט געווארן יארן לאנג. היינט קען מען רעזערווירן א טיקעט דורך די טעלעפאן אדער אויפ'ן אינטערנעט און מען באקומט נאר א רעזערוואציע נומער וועלכע ווערט גערופן אן עלעקטראנישע טיקעט. די פאסאזשירן מיט עלעקטראניק טיקעטס דארפן אפנעמען א באורדינג פאס ביי די טשעק-אין קאונטער און היינט קען מען דאס באקומען ביי די עקספרעס טשעק-אין מאשינען וואו מען דארף אפילו נישט געבן די רעזערוואציע נומער נאר מען לייגט אריין די קרעדיט קארטל מיט וועלכע מען האט געקויפט די טיקעט און ביז א מינוט צוויי איז די באורדינג פאס אינדרויסן און מען איז גרייט צו גיין. טיקעט פרייזן זענען זייער צעמישט און טוישן זיך יעדן טאג. אויב איער חבר האט נעכטן געצאלט 150$ פאר א טיקעט פון ניו יארק קיין שיקאגא מוז נישט זיין אז איר וועט אויך צאלן אזויפיל. עס איז זייער אינטערעסאנט אבער דאך א פאקט אז ווען איר זיצט אויפ'ן פליגער אינאיינעם מיט אנדערע מענטשן זענען צווישן די אלע פאסאזשירן געצאלט געווארן כאטש 10 פרייזן. איינער האט עס געקויפט א לאנגע צייט צוריק פאר $99, א צווייטער האט עס געקויפט ביי א טרעוול אגענט פאר $179, א דריטער האט עס געקויפט אויף די אינטערנעט פאר 10 דאלאר ביליגער, און איינער האט גאר געצאלט $400 פאר די זעלבע זיץ ווייל ער האט עס געקויפט לעצטע מינוט אין די עירפארט. עס איז שווער צו גלייבן אבער איז דאך א פאקט אז טיקעט פרייזן פאר לופט טרעוול איז היינט פיל ביליגער ווי 30 יאר צוריק. אין די טראנספארטאציע אינדוסטרי רעכנט מען די פרייזן לויט די צענט וואס מען צאלט פער מייל. אין דורכשניטליך האט מען אין די 70'ער יארן געצאלט 19 צענט פער מייל און היינט צאלט מען נאר 14 צענט פער מייל. דאס איז א גרויסער חילוק אין פרייז אויב מען נעמט אריין די אינפלאציע ראטע וועלכע האט זיך דראסטיש געטוישט אין די יארן. אגב, וואס ביליגער די פרייזן ווערן אלס מער מענטשן נוצן פליגער פאר זייערע רייזעס. א ביזנעסמאן וועלכע איז אמאל געפארן פון ניו יארק קיין טאראנטא מיט זיין אויטא וועט היינט ענדערש נוצן א פליגער ווייל די גאזאלין פון ביידע וועגן און די צייט וואס ער וועט פארלירן פון די לאנגע וועגן (רעכן צו נאך א טאג צוויי וואס ער וועט זיין מיד און נישט קענען ארבעטן געהעריג) איז טייערער ווי די $200 ביז $300 דאלאר וואס די רייזע מיט'ן פליגער וועט אים אפקאסטן. עס זענען פאראן אסאך זאכן וואס מאכן טוישן די פרייזן פאר פליגער רייזעס אבער אין גענעראל זענען זיי איינגעטיילט אין 7 פאקטארן: 1) טיקעט צייט – וואס פריער מען קויפט א טיקעט אלס ביליגער וועט עס קאסטן. צום ביישפיל דעלטא לופטליניעס סקעדזשועלט זייערע פלייטס 330 טעג פריער און ווער עס קויפט דעמאלט א טיקעט צאלט מיט א דריטל ווייניגער ווי דער וואס קויפט עס עטליכע טעג בעפאר עס פארט. 2) קלאס – יעדע פלייט גיט די געלעגנהייט פון פארשידענע קלאס טיקעטס. רוב פלייטס האבן ערשטע, ביזנעס, און האספיטאליטי קלאסן און טייל פלייטס האבן נאך מער. די פרייז פון א ערשטע קלאס טיקעט איז 5 מאל ווי א האספיטאליטי. אויב איינער זאל היינט קויפן א טיקעט פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס וועט ער צאלן בערך $300 פאר די ביליגסטע טיקעט און איבער $1000 פאר אן ערשטע קלאס טיקעט. 3) ציל – די פרייזן געוואנדן אויף דעסטינאציעס גייט מיט צוויי פאקטארן: ווי ווייט דאס איז און וואו פארנומען דאס איז. א נאנטע פלייט וועלכע ווייניג מענטשן נוצן וועט קאסטן מער ווי א ווייטע פלייט וועלכע אסאך נוצן. אבער נאך אלץ וועט זייער א ווייטע פלייט קאסטן מער ווי א נאנטע. אויב איינער זאל היינט קויפן א טיקעט פון אלבאני קיין פארט מייערס, פלארידע, וועט עס קאסטן בערך 500$ און אויב ער וועט קויפן פון לאגווארדיע, ניו יארק, קיין לאס אנדזשעלעס וועט עס נאר קאסטן בערך 300$ כאטש עס איז פיל ווייטער, איינס ווייל ווייניג מענטשן נוצן אלבאני לופטפעלד און צווייטענס ווייל מער מענטשן פארן פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס ווי פון ניו יארק קיין פארט מייערס. 4) פלייט טאג און צייט – עס זענען פאראן צייטן אין יאר ווען געוויסע פלייטס ווערן טייערער צוליב די גרויסע פארלאנג דערנאך. צום ביישפיל א טיקעט פון ניו יארק קיין פלארידע היינט וועט קאסטן בערך 200$ און די זעלבע טיקעט אינמיטן ווינטער וועט קאסטן באלד 300$ נאר ווייל עס איז די סעזאן. דאס זעלבע איז מיט די צייט אין טאג, רוב פלייטס זענען ביליגער אינדערפרי ווי אינמיטן טאג ווייל מער מענטשן פארן אינמיטן טאג און די פליגער דארפן אנקומען צו זייערע דעסטינאציעס און וועלן געבן ביליגערע פרייזן אבי זיי זאלן נישט דארפן פארן האלב ליידיג. 5) ברענשטאף קאסטן – ברענשטאף איז די צווייטע גרעסטע קאסט פאר לופטליניעס נאך ארבייטער. די אמעריקאנער לופטליניעס קויפן איין ברענשטאף פאר די ווערט פון 7 ביליאן דאלאר פער יאר. פארשטייט זיך אז ווען די פרייזן פון ברענשטאף הייבן זיך וועט זיך באלד אנזען א חילוק אין פרייזן אויפ'ן טיקעט. 6) קאנקורענט – די קאנקורענט איז אויך איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מיר באקועמן היינט אזעלכע ביליגע טיקעטס. אין אזעלכע פלייטס וואו עס זענען פאראן די מערסטע לופטליניעס זענען פאראן די בעסטע פרייזן ווייל יעדער פרובירט צו זיין ביליגער פונעם צווייטן. בעפאר עס זענען געווען קאמפיוטערס האבן די לופטליניעס געהאט א באזונדערע שטאב מיט מענטשן וועלכע האבן זיך אפגעגעבן נאר מיט נאכקוקן די פרייזן פון אנדערע עירליינס. היינט נוצן די לופטליניע לופטליניעס פירמעס סאפיסטיקירטע קאמפיוטער סאפטוועיר וועלכע זאגט זיי די פרייזן פון אלע עירליינס. 7) ספעציעלע פרייזן – עס זענען פאראן ספעציעלע רעדוצירטע פרייזן פאר עלטערע מענטשן, סאלדאטן, און רעגירונג איינגעשטעלטע, און קאאפראציע קאסטומערס. נאך א פאקטאר וואס קען עפעקטירן די טיקעט פרייזן איז די האב סיסטעם זעלבסט. די גרויסע לופטליניעס וועלן געווענליך נעמען מער געלט פאר פלייטס וועלכע גייען און קומען דורך זייער האב. אין דאלאס אינטערנאציאנאל וועט מען כמעט נאר זען אמעריקן פליגערס און אין אוהער וועט מען בעיקר זען יונייטעד פליגערס. די לופטליניעס פארמאגן דארט רוב געיטס און בעטן א פרייז דערפאר. אן אינטערעסאנטע פאקט פון לופטליניעס און זייערע טיקעטס איז, אז רוב לופטליניעס נעמען אן מער רעזערוואציעס וויפיל זיצן זיי האבן אויף די פלייטס. דאס איז ווייל זייערע שטודיעס ווייזן אז א געוויסע צאל מענטשן קומען נישט אן צי ווייל זיי פארשלאפן, זיצן אין טראפיק, אדער ווייל זיי האבן געטוישט פלענער. עס זענען אויך פאראן רייכע ביזנעס לייט וועלכע רעזערווירן עטליכע טיקעטס אינעם זעלב'ן טאג כדי זיך צו פארזיכערן א פלייט. די לופטליניעס נוצן זייערע אייגענע און אויך די שטודיעס פון די עיר טראנספארט אסאסיאציע מיט וועלכע זיי מעסטן וויפיל מער רעזערוואציעס זיי זאלן נעמען פער פלייט, פארשטייט זיך אז עס איז געוואנדן אויף די גרויס פון די פליגער, און די דעסטינאציע. א פלייט קיין אייראפע וועט כמעט קיינער נישט פארפאסן אבער א פלייט פון ניו יארק קיין שיקאגא איז א נארמאלע זאך צו פארפאסן. מיינט אבער נישט אז אלעמאל געלונגט עס. עס מאכט זיך אסאך פעלער ווען עס קומען פונקט אן מער מענטשן און עטליכע האבן נישט קיין פלאץ. אין אזא פאל וועלן די שטאב מיטגלידער פרעגן די פאסאזשירן ווער עס איז מסכים צו נעמען א שפעטערע פלייט און וועט באקומען קאמפענסאציע דערפאר ווי א פרייע פלייט אדער א ערשטע קלאס זיץ.