וולאדימיר פוטין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פוטין)
וולאדימיר פוטין
Владимир Владимирович Путин
געבורט 7 אקטאבער 1952 (אלט 71)
פעטערבורג, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דינאסטיע
putin.kremlin.ru
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

וולאדימיר פוטין (רוסיש: Владимир Владимирович Путин, געבוירן דעם 7טן אקטאבער 1952) איז געווארן דער פירער פון רוסלאנד אין 2008. עס איז ווייניג באקאנט וועגן אים פון זיין פארגאנגענהייט, ער איז א געוועזענער קא גע בע פירער.

פוטין איז ערוועלט געווארן צו זיין דער פירער פון רוסלאנד דורך דעם פריערדיגן פירער פון רוסלאנד באריס יעלצין. ער האט איבערגענומען רוסלאנד ווען די רוסן זענען געווען אין זייער א נידריגן מצב, צוליב די קאנטראווערסיאלע פראגראמען וואס יעלצין מיט זיין קליקע האבן איינגעפירט אין רוסלאנד מציל צו זיין די רוסישע עקאנאמיע.

ער איז געבליבן פאפולער אין רוסלאנד, ער איז צוויי מאל ערוויילט געווארן מיט דעמאקראטישע וואלן אין רוסלאנד, און דער דורכשניטליכער רוס גלייכט אים.

ער ווערט גערופן א דיקטאטאר: זיינע פאליטישע קעגנער, ווי אלעקסיי נאוואלני, ווארפט ער אריין אין טורמע.

עקאנאמיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וולאדימיר פוטין מיט זיין ווייב לודמילא פוטינא , 28 יולי 1983
וולאדימיר פוטין

פאקטיש האט ער געהאט הצלחה אין אויפלעבן דאס רוסישע געלד, רוסלאנד האט אונטער זיין אדמיניסטראציע געהאט געלד, די עקאנאמיע איז געוון גוט, און געמאכט אסאך ביזנעס אינטערעסין מיט די אראבישע וועלט.

ולדימיר פוטין מיט דזשארדזש וו. בוש יאר 2007

נאציאנאל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי ווי ער איז געווען א קא גע בע מאן, איז ער זייער נאציאנאליסטיש געשטימט, די מיליטער גלייכט אים און ער נעמט זיך שטארק אהן פאר די אינטערעסין פון די רוסן ווי אימער ער איז אין אויסלאנד. מאנכע זאגן אז ער איז געשטאנען אונטער די אקציע אין דרזשאזידע אין יאר 2008.

פוטין איז דער פארלייגער פון פוטיניזם.

קריטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון דער אנדערער זייט האט ער אבער אוועקגענומען אסאך פרייהייט פון די רוסן, ער האט נאצילאניזירט אסאך גרויסע ביזנעסער וואס זענען דער רוקען ביין פון די עקאנמיע, ווי קארס, גאזאלין, אויך האלט ער אהן זייער א שטארקע האנט אויף די מידיא, דאס הייסט אז מען לאזט נישט קריטיגיקירן די אפציעלע רעגירונג, עס איז א פאקט אין רוסלאנד אויב שטעלט זיך אויף א צייטונג און שרייבט בייסיגע ארטיקלן קעגן די רעגירונג, ווערט דער צייטונג געשפארט און אסאך מאל טרעפט מען דעם שרייבער טויט, די זעלבע מיט א טלעוויזיע וואס קריטקירט דעם אפציעלע שפאן פון די רעגירונג, אט דאס אלעס ווערט געזעהן ווי ער נעמט אוועק די פרייהט און עס שטערט פאר א בליעהנדע עקאנמיע, ווייל ביזנעס לייט האבן מורא צו אינוועסטירן אויב די רעגירונג מישט זיך אריין און קענען צו נעמען זייער געלד, און אויב מען קען נישט קריטיקירן, ווייל קריטיק איז א גרויסער טובה און א גוטע זייך, ספעציעל ביי ביזנעס און ביי קאנקורענץ. און זייער אסאך האבן מורא, אז רוסלאנד וועט זיך אונטער פוטין צוריק גליטשן צו א סארט דיקטאטור, וואס די רוסן זענען געוואוינט דערצו סיי פון די צייטן פון קאמוניזים און פאר דעם אין די צייטן פונעם רוסישן צאר.

אין דער צייט וואס ער איז געווען דער פירער פון רוסלאנד האט ער גוט געלעבט מיט אמעריקע און מיט דעם אמאריקאנער פרעזידענט בוש, און כאטש עס איז דא אסאך מיינוג דיפערענצן צווישן די צוויי גרויסע וועלט מאכטן, דאך קומען זיי זיך מער ווייניגער דורך אויף די גרויסע אישוס, אמעריקא איז צופרידן אז רויסלאנד שפיצט נישט קעגן איהר איהרע נוקלארע שפיצן, און אז רוסלאנד זיכט נישט אויסצושפרייטן איהרע נעגל אין דער וועלט, דער אמעריקאנער רעגירונג קימערט זיך ווייניג אויף די פרייהייט פון די רוסן זעלבסט.

נאך אכט יאר זיין פרעמיער האט ער אויפגעגעבן זיין בענקל, ווייל אזוי זאגט די רויסישע געזעץ, עס איז אריין געקומען זיין נאכפאלגער דמיטרי מעדוועדאוו אלס פרעמיער, וואס פוטין זעלבסט האט אויסגעוועלט, און וויבאלד די רוסן גלייכן פוטין האבן זיי ערוועלט זיין נאכפאלגער אויך, פוטין אליין איז נישט אוועק פון די רעגירונג ער איז געווארן פרעזידענט אנשטאט פרעמיער, די מערב וואלט באשולדיגט אז אין פאקט פירט פוטין נאך אלץ רוסלאנד, און זיין נאכפאלגערהאט ער באשטימט בלויז כדי זיינע קריטיקירער זאלן נישט האבן א טענה אז ער מוז אפטערעטן פון דער רעגירונג.