שווארצער ים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מאפע פונעם שווארצן ים

דער שווארצער ים איז אינלענדישער ים צווישן דרום-מזרח אייראפע און אנאטאליע וואס איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכ'ן מיטלענדישן ים און דעם אַגאַישן ים און פארשידענע דורכגאסן. דער באספארוס דורכגאס פארבינדט דעם שווארצן ים מיטן ים פון מארמארא, דערנאך פירט דער לאנגער דארדאנעלן דורכגאס צום אגאישן ים. די וואסערן זענען דער צווישנשייד צווישן מזרח אייראפע און מערב אזיע. דער שווארצער ים האט אויך א פארבינדונג מיטן ים פון אזאוו דורכן קערטשער דורכגאס.

דער שטח פונעם ים איז 436,400 קוואדראט ק"מ און זיין טיף איז ביז 2200 מעטער. 200 קוביק ק"מ זאלץ וואסער פליסן אריין אין ים פונעם באספארוס, און  320 קוביק ק"מ פרישוואסער פון די ארומיגע ראיאנען, בעיקר צענטראל און מיטל-מזרח אייראפע. דער חשב'סטער טייך וואס פליס אין ים אריין איז דער דוניי.[1]

די לענדער אויפן ברעג פון שווארצן ים זענען טערקיי, רומעניע, בולגאריע, אוקראינע, רוסלאנד, און גרוזיע.[2] דער קרים האלבאינזל איז אן אויטאנאמישע רעפובליק אין אוקראינע, אבער ער האט פלאט-איינארדנונגען אונטער רוסישן קאנטראל אין סעוואסטאפאל.

חשובע שטעט אויפן בארטן זענען: קאנסטאנצא (באפעלקערונג 401,613), מאנגאליע (41,153), בורגאס (229,250), ווארנע (357,752) , אדעס (1,001,000), סעוואסטאפאל (379,200), יאלטא (80,552), קערטש (158,165), נאוואראסיאיסק (281,400), סאטשי (328,809), סוכומי (43,700), פאטי (47,149), באטומי (121,806), טראבזון (275,137), סאמסון (439,000) און זאנגולדאק (104,276)..


הידראלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א בליק אויפן שווארצן ים פון א סאטעליט, געמאכט דורך NASA MODIS.


Fauna[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


רעפערנצן און ביבליאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. The Danube Spills into the Black Sea NASA Visible Earth. Retrieved 2 December 2006.
  2. Socio-economic indicators for the countries of the Black Sea basin. (2001). In UNEP/GRID-Arendal Maps and Graphics Library. Retrieved 2 December 2006 from http://maps.grida.no/go/graphic/sosio_economic_indicators_for_the_countries_of_the_black_sea_basin_giwa.
  • Charles King, The Black Sea: A History, 2004, ISBN 0-19-924161-9
  • William Ryan and Walter Pitman, Noah's Flood, 1999, ISBN 0-684-85920-3
  • Neal Ascherson, Black Sea (Vintage 1996), ISBN 0-09-959371-8
  • Özhan Öztürk. Karadeniz: Ansiklopedik Sözlük (Black Sea: Encyclopedic Dictionary). 2 Cilt (2 Volumes). Heyamola Publishing. Istanbul.2005 ISBN 975-6121-00-9.
  • Rüdiger Schmitt, "Considerations on the Name of the Black Sea", in: Hellas und der griechische Osten (Saarbrücken 1996), pp. 219–224
  • West, Stephanie. "‘The Most Marvellous of All Seas’: the Greek Encounter with the Euxine", Greece & Rome, Vol. 50, Issue 2 (2003), pp. 151–167.

דרויסנדיקע פארבינדונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שווארצער ים


מוסטער:Coor title d