דניעפער
פֿון װיקיפּעדיע
| דניעפער | |
|---|---|
| דער דניעפער אין קיעוו | |
| לענג | 2285 קילאמעטער |
| קוואל | וואלדיי בערג 55°52′00″N 33°41′00″E / 55.866667, 33.683333 |
| הייך פונעם טייכס קוואל | 220 מעטער |
| דרענאזש בעקן | 516,300 קוואדראט קילאמעטער |
| דורכשניטלעכער אויסגאס | 1,670 קובישע מעטער א סעקונדע |
| לענדער אין דרענאזש בעקן | רוסלאנד, בעלארוס, אוקראינע |
דער דניעפער (רוסיש: Днепр ; בעלארוסיש: Дняпро ; אוקראיניש: Дніпро ;פויליש: Dniepr) איז א גרויסער טייך, לאנג 2,285 ק"מ, וואס פליסט פון רוסלאנד דורך בעלארוס און אוקראינע אינעם שווארצן ים. 485 ק"מ ליגן אין רוסלאנד, 595 ק"מ אין בעלארוס און 1,095 ק"מ אין אוקראינע. א טייל פונעם טייך איז דער נאטירלעכער גרענעץ צווישן בעלארוס און אוקראינע. דער דניעפער איז דער פערטער לענגסטער טייך אין אייראפע.
די פאלגנדע חשובע שטעט ליגן אויפן דניעפער: סמאלענסק (רוסלאנד), מאהליוו (בעלארוס), קיעוו (אוקראינע), ניקאפאל (אוקראינע) און כערסאן (אוקראינע).
וועבלינקען [באַאַרבעטן]
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דניעפער