דוניי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דוניי
לענג 2,860 קילאמעטער
קוואל שווארצוואלד
הייך פונעם טייכס קוואל 1,078 מעטער
דרענאזש בעקן 817,000 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 6,500 קובישע מעטער א סעקונדע
לענדער אין דרענאזש בעקן דייטשלאנד, עסטרייך, סלאוואקיי, אונגארן, קראאטיע, סערביע, רומעניע, בולגאריע, מאלדאווע און אוקראינע
Danubemap.jpg

דער דוניי (דייטשיש: Donau, סלאוואקיש און פויליש Dunaj, אונגאריש Duna, רומעניש Dunărea, טערקיש Tuna, אור-אלטע גריכיש Istros, קראאטיש Dunav, סערביש Дунав/Dunav, בולגאריש Дунав, אוקרייניש Дунай) איז דער לענגסטער טײַך אינעם אייראפעישן פארבאנד און (נאכן וואלגא) דער צווייטער לענגסטער טײַך אין גאנץ אייראפע.


ער הייבט אן אינעם שווארצוואלד אין דייטשלאנד אלס די קליינע בריגאך און ברעג טײַכן וואס קומען צוזאמען אין דער שטאט דוניישינגען, נאכער הייסט ער דער דוניי וואס פֿליסט צו מזרח במשך 2850 ק"מ (1771 מייל), אדורכגייענדיג עטלעכע הויפטשטעט אין צענטראלער און מזרח אייראפע, איידער ער גיסט ארײַן אינעם שווארצן ים דורך דער דוניי דעלטע אין רומעניע און אוקראינע. אין היסטאריע איז ער באקאנט אלס א גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע.

דער טײַך פליסט — אדער גרענעצט — צען לענדער: דייטשלאנד (7.5%), עסטרייך (10.3%), סלאוואקיי (5.8%), אונגארן (11.7%), קראאטיע (4.5%), סערביע (10.3%), רומעניע (28.9%), בולגאריע (5.2%), מאלדאווע (1.7%) און אוקראינע (3.8%).