וואלגא
פֿון װיקיפּעדיע
| וואלגא | |
|---|---|
| דער וואלגא ביי אוליאנאווסק | |
| לענג | 3,692 קילאמעטער |
| הייך פונעם טייכס קוואל | 225 מעטער |
| דרענאזש בעקן | 1,380,000 קוואדראט קילאמעטער |
| דורכשניטלעכער אויסגאס
- ארט |
8060 קובישע מעטער א סעקונדע |
| לענדער אין דרענאזש בעקן | רוסלאנד |
דער וואלגא (רוסיש: Волга) איז דער גרעסטער טייך אין אייראפע אין דער לענג, אויסגאס, און וואסערשייד. ער פליסט אדורך צענטראלן רוסלאנד, און ווערט פאררעכנט דעם נאציאנאלן טייך פון רוסלאנד. פון די צוואנציג גרעסטע שטעט אין רוסלאנד, געפינען זיך עלף, כולל די הויפטשטאט מאסקווע, אין דעם וואלגאס דרענאזש בעקן. לענגאויס דעם וואלגא טרעפט מען די גרעסטע רעזערוווארן אין דער וועלט. אין די דריי ווינטער חדשים ווערט דער וואלגא פארפרוירן אין מערסטן טייל פון זיין לענג.