פאציפישער אקעאן
פֿון װיקיפּעדיע
| אקעאנען פון דער וועלט |
|---|
|
דער פּאַציפֿישער אָקעאַן אדער דער פאציפֿיק איז דער וועלט'ס גרעסטער אקעאן וואס טיילט אפ אזיע מיט די אמעריקע'ס און דעגרייכט די דרום און צפון זייטן פון דער וועלט. דער פאציפיק פארנעמט א דריטל שטח פון דער וועלט און מעסט זיך 165.2 מיליאן קוואדראט קילאמעטער (111.6 מיליאן קוואדראט מייל) וואס איז מער פון די סך הכל יבשה וואס די וועלט פארמאגט.
דער פאציפיק אנטהאלט 32 פראצענט פון אלע וואסערן איבער דער וועלט.
ער איז דער גרעסטער און דער טיפסטער אקעאן פון אלע אקעאנען. דאס טיפעסטע ארט אינעם פאציפיק איז איבער 31 טויזנט פיס. וואס איז עפעס מער פון 6 מייל טיף.
דער פאציפישער אקעאן איז פארבונדן מיטן אטלאנטישן אקעאן דורכן פאנאמא קאנאל.