ארקטישער אקעאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אקעאנען פון דער וועלט
ארקטישער ראיאן

דער ארקטישער אקעאן אדער אייז-ים, פלאצירט אין דעם צפון האלבקוגל, איז דער קלענסטער און דער פלאטשיקסטער פון די פינף אקענען פון דער וועלט. ער איז ארומגענומען פון אייראזיע און צפון אמעריקע, און איז כמעט אינגאנצן באדעקט מיט אייז. ער איז נישט אזוי שטארק באזאלצן ווי די אנדערע אקעאנען צוליב דעם וואס עס רינט אריין אין אים אסאך פרישוואסער פון טייכן און אויך זיין אויסדאמפונג איז פארהעלטענישמעסיג נידעריג.

דער ארקטישער אקעאן פארנעמט א שטח פון 14,056,000 קוואדראט ק"מ,[1] און זיין בארטן איז לאנג 45,390 ק"מ.[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. 1.0 1.1 Wright, John W. (ed.); Editors and reporters of The New York Times (2006). The New York Times Almanac, 2007, New York, New York: Penguin Books, 455. ISBN 0-14-303820-6.