מוזיי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער גוגנהיים מוזיי אין ניו יארק

מוזײ אדער מוזעאום באדייט א "אויסשטעלונג" פון אלטע היסטארישע זאכן וואס ציהט יערליך מיליאנען באזוכער וועלעכע ווילן כאפן א בליק אויף די פארגאנגענהייט און ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן דאס לעבן פון אמאל.

פון די באקאנטע מוזעאום'ס זענען די האלאקאסט מוזעאום אין וואשינגטאן, די נאטירליכע היסטאריע מוזעאום אין ניו יארק און די גוגנהיים אונטערנאציאנאל מוזעאום אין די בריטישע מוזיי אין לאנדאן.


היסטאריע מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן

היסטאריע מוזעאום איז אן זאמלונג פון פארשידענע היסטארישע זאכן וועלעכע טוט פּרעזענטירן א פארגאנגענהייט. ווי אין יעדע שטאט אדער לאנד וועט מען טרעפן די מוזעאום וואס טוט פרעזענטירן די היסטאריע פון יענעם שטאט/לאנד און ווי אזוי מען האט געלעבט אין יענעם ספּעציפישן לאנד אין די אמאליגע יארן.

אזוי אויך וועט מען טרעפן אין יעדעס לאנד א מוזעאום וואס טוט פרעזענטירן א געוויסע היסטאריע פון אלטע פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן. צום ביישפיל: א טראנספארטציע מוזעאום, שיף מוזעאום, אדער פון ספעצילע עטיקס/פאלק. אידישע מוזעאום, להבדיל אינדיאנע מוזעאום, אויך פין פארשידענע זאכן אינעם לאנד ווי א פאליציי מוזעאום א פייער מוזעאום. צומאל מאכן די מוזעאום'ס א ספּעציעלע אויסשטעלונג וואס ציהט אסאך באזוכער.

א היסטאריע מוזעאום קען אויך זיין א געוויסע פּלאץ וואס טראגט א היסטארישער ווערט. ווי א הויז וואו עס האט געוואוינט א געוויסע בארימטע פערזענליכקייט אדער א געוויסע פלאץ וואו עס איז פארגעקומען א גרויסע באדייטפולע געשעהעניש וועלעכע האט עס פארוואנדלט אין א מוזעאום פונעם היסטארישן שטאנדפונקט.

אויך איז דא היסטאריע מוזעאום פון א געוויסע געשעהעניש, טראגעדיע, א.ד.ג. ווי די האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן אדער יד ושם אין ארץ ישראל.

מאָלעריי מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די מעטראפאליטען מוזעאום אוו אַרט און מאנהעטען

א מאָלעריי מוזעאום, אדער ווי עס ווערט אנגערופן א אַרט מוזעאום, איז א זאמלונג פון מאלערייען און "אויל פעינטינגס" פון הונדערטער יארן פון גרויסע באוואוסטע מעלער אין פארשידענע בילדער. און עס ציהט יערליך מיליאנען באזוכער.

אין ניו יארק איז דא א באוואוסטע מוזעאום פון מאלערייען אין מאנהעטען די מעטראפאליטען מוזעאום אוו אַרט און ברוקלין די ברוקלין מוזעאום אוו אַרט אזוי אויך און קווינס.

אין לאנדאן איז באוואוסט די נאציאנאלע גאלעריע מיט די מערסטע היסטארישע מאלערייען וואס האט נישט קיין אפּשאצונג און איז ווערד ביליאנען.

נאטור מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די אמעריקען מוזעאום אוו נאטור היסטאריע אין מאנהעטען

א נאטור מוזעאום באשטייט געווענליך פון די נאטור, היסטאריע פון די וועלט פון געוויסע וואקסונגען און באשעפענישן, בהמות אין חיות, און פארשידענע נאטור. אזוי ווי א "טיר גארטן" פאר באשעפענישן אדער א "באָטאַנישן גארטן" פאר פלאנצונגען.

אויך ווייזן זיי דארטן די היסטאריע פון די וועלט וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די אידישע היסטאריע וואס האלט אז די וועלט איז געווען פּוסט און ליידיג פאר 6 טויזנט יאר צוריק.

פון די גרעסטע און מערסטע באקאנטסטע נאטור מוזעאום געפינט זיך און מאנהעטען ניו יארק ביי סענטראל פארק די מוזיעם אפ נעטרואל היסטארי.

מלחמה מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די מלחמה מוזעאום אין קאנאדע

איז א מוזעאום וואס יעדע לאנד טוט אויסשטעלן זייערע היסטאריע און מלחמות וואס די לענדער זענען אדורך במשך זייערע עקזיסטענץ.

און אויך טוט מען אויסשטעלן אלע וואָפנס וואס דאס לאַנד פאַרמאָגט. וואס אמאל האט דאס געמיינט א פּאַנצער, א שווערד און א שפיז. אבער אין די מאדערנעזירטע וועלט טוט מען שוין אויסשטעלן מלחמה טאנקען מיט עראפלאנען און יעדע לאנד וויל מיט דעם ווייזן זייער כוח ועוצם ידי.


פארשידענע מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזוי אויך איז דא פארשידענע אינטערעסאנטע מוזעאום'ס וועלכע ציהט אסאך באזוכער.

און בריטאניע (ענגלאנד) איז דא איינע פון די גרעסטע און עלטסטע מוזעאום, די בריטישע מוזיי אין לאנדאן וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1752, און געעפנט צום פובליקום אין 1759.

איינע פון די איז די פרעזידענט מוזעאום.

פרעזידענט דזשימי קארטער מוזעאום אין אטלאנטע

און אמעריקע איז איינגעפירט אז יעדע פרעזידענט וואס ענדיגט דינען זיין אמט, שטעלט זיך אויף א פרעזידענט מוזעאום, אדער ווי מען רופט דאס א פרעזידענטליכע ביבליאטעק, וואו זיי טוהען דארט אויסשטעלן זייערע דאקומענטן און פילמס און סתם חפצים פון זייערע פיר צו אכט יאר וואס זיי האבן געדינט אלץ פרעזידענט. און געוויסע פרעזידענט טוהען אפילו זיך לאזן דארט באערדיגן נאך זייער טויט. די לעצטער וואס האט דאס געטוהען איז געווען דער רעפובליקאנער פרעזידענט ראנעלד רעיגען תש"מ-תשמ"ח וועלעכער איז געווארן באערדיגט ביי זיין פרעזידענטליכע מוזעאום אין סיליקאן וועלי קאליפארניע.

אידישע מוזעאום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קינדער מוזיי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]