פעטערבורג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

פעטערבורג (רוסיש: Санкт-Петербу́рг סאַנקט-פיטירבורק) איז א שטאט אין רוסלאנד ביים נעווא טייך אויפן שפיץ פונעם איינגאס פון פינלאנד אויפן באלטישן ים. אנדערע נעמען פון דער שטאט זענען געווען פעטראגראַד (Петрогра́д, 1914–1924) און לענינגראַד (Ленингра́д, 1924–1991).

געגרינדעט פונעם צאר פעטער דער ערשטער פון רוסלאנד אום 27סטן מיי, 1703, זי איז געווען די הויפטשטאט פון דער רוסלענדישער אימפעריע מער ווי צוויי הונדערט יאר (1713–1728, 1732–1918). פעטערבורג האט אויפגעהערט דינען ווי הויפטשטאט אום 1918 נאך דער רוסישער רעוואלוציע פון אקטאבער 1917.[1] זי איז רוסלאנד'ס צווייטע גרעסטע און אייראפע'ס פערטע גרעסטע שטאט נאך מאסקווע, לאנדאן און סטאמבול. די שטאט האט 4.6 מיליאן איינוואוינערס, און מער ווי 6 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער סביבה. פעטערבורג איז א הויפט אייראפעישער קולטורעלער צענטער, און א וויכטיגער רוסישער פארט אויפן באלטישן ים.


אינהאַלט

היסטאריע[באַאַרבעטן]

געאגראפיע[באַאַרבעטן]

טראנספארטאציע[באַאַרבעטן]

פעטערבורג איז א הויפט טראנספארט קנופ. אין 1837 איז געבויט געווארן די ערשטע רוסישע באן

קאארדינאטן: 59°57′N 30°19′E / 59.95, 30.317

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פעטערבורג

רעפערענצן[באַאַרבעטן]

  1. Nicholas and Alexandra: An Intimate Account of the Last of the Romanovs and the Fall of Imperial Russia (Athenum, 1967) by Robert K. Massie, ASIN B000CGP8M2 (also, Ballantine Books, 2000, ISBN 0-345-43831-0 and Black Dog & Leventhal Publishers, 2005, ISBN 1-57912-433-X)