ציוניזם
פֿון װיקיפּעדיע
ציוניזם (ציונות אין העברעאיש), פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל.
ציונות איז צושטאנד געקומען אין די ענדע 19טע י"ה אלץ א לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר ה'תרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר'ן א אידישע לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו די צענטערס קולטור פון מערב אייראפע.
די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דער היסטארישער לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון אפריקע אדער דרום אמעריקע. מיט די צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק רעליגיעזער עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיט'ן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.
רוב חרד'ישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אויך איז דער סעקולערער גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די אגודת ישראל ארגאניזאציע אין פוילן, ר' שמשון רפאל הירש ז"ל אין דייטשלאנד, און דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר, אין דער סאטמערע רב רבי יואל טייטלבוים ז"ל בעל ויואל משה, אין אונגערן האבן אלע שטארק געקעמפט קעגן ציונות.
דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען ה' אייר ה'תש"ח, מיט'ן גרינדונג פון מדינת ישראל.
- זעט אויך: יידישע מדינה.