אגודת ישראל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אגודת ישראל היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אגודת ישראל איז געגרינדעט געווארען אין קאטאוויץ י"א סיון ה'תרע"ב (1912) מיטן ציל צו קעמפן פאר תורה'דיגע אידישקייט, בעיקר אין פוילן און דייטשלאנד. פריער איז געווען אין פוילן די ארגאניזאציע אגודת שלומי אמוני ישראל. די אגודת ישראל פארטיי אין פוילן פלעג שטעלן קאנדידאטן סיי פאר'ן סיים (פוילישער פארלאמענט) און סיי פאר די שטאטישע וואלן. פארשטייט זיך אז אגודת ישראל האט געהאט א ליסטע ביי די קהילה-וואלן אין די פארשידענע קהילות. צווישן די אגודת ישראל דעלעגאטן אין סיים זענען געווען אלכסנדער זושיא פרידמאן (מחבר פון דער תורה קוואל), הר"ר מאיר שפירא (לובלינער רב), הר"ר יוסף נחמיה קארניצער (קראקעווער רב) און הר"ר אהרן לעווין (ריישער רב).

צווישן די קריג יארן זענען די פירער פון אגודת ישראל אין לעטלאנד געווען מרדכי דובין און אלחנן ליף.

היינט צו טאגס פירט אגודת ישראל אן מיט עסקנות פאר פרומע ארטאדאקסישע אידן.

אגודת ישראל פארטיי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין זייער קאמף קעגען דעם געדאנק פון די ציוניסטישע ארגאניזאציע ציונות, נאך ווען מדינת ישראל איז אויפגעשטעלט געווארן, האט אגודת ישראל געגרינדעט א פאליטישע פארטיי אין איר אויף צו באקעמפן די ציוניסטין פון אינעווייניג, אונטערטעניג צו דעם פירערשאפט פון דעם מועצת גדולי התורה וועלכע איז צוזאמן געשטעלט געווארן פון אלע קרייזן חסידישע רבי'ס, ראשי הישיבות און גדולי הרבנים אין ארץ ישראל, פון אירע פירער אדמו"ר בעל אמרי אמת זצ"ל, אדמו"ר רבי אהרן רוקח זצ"ל פון בעלזא, און דער טשעבינער רב זצ"ל.

אגודת ישראל אין אמעריקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לאנגע יארן האט ר' משה שערער געפירט די אמעריקאנער אגודה. היינט איז ר' חיים דוד צוויבל דער עקסעקיוטיוו־וויצע פרעזידענט.

אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

David - Belisarius.jpg

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פאאטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • תומכי שבת  •