אברהם מרדכי אלטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הר"ר אברהם מרדכי אלטער, דער אמרי אמת

הרב אברהם מרדכי אלטער (ז' טבת ה'תרכ"ו - ו' סיון ה'תש"ח) איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל גער אין פוילן, ווו ער האט געוווינט כמעט זײַן גארע לעבן. צו זײַן געבורט האט זײַן עלטער-זיידע דער חידושי הרי"ם נאך געלעבט, אבער ער איז נפטר געווארן א פאר חדשים נאכהער.

ער האט חתונה געהאט אין (ליטוויש) ביאלע אין יאר ה'תרמ"א. זײַן שווער איז געווען ר' נח טשארני (שחור), פֿון די חשב'סטע גערער חסידים אין ביאלע.

וועגן זײַן גדלות אין תורה נאך אין זײַנע גאר יונגע יארן האט מעיד געווען דער וויערשאווער רב אויף אים אז ס'איז נישט געווען קײַן ספר אין זײַן ספרים שטוב וואס ער זאל נישט האבן דורכגעזען.[1]

נאך דער פטירה פֿון זײַן פֿאטער דעם „שפת אמת" האבן כמעט אלע גערער חסידים אים אויפֿגענומען אלס רבי'ן. העכער פֿון פֿערציג יאר איז ער געווען דער מנהיג פֿון די גערער חסידים. אין די יארן פֿון זײַן רביסטיווע איז גער געווארן דאס גרעסטע חסידות אין גאנץ פוילן. ער איז אויך געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

ער האט פארמאגט א סאך ספרים, און זיין ביבליאטעק פון ספרים איז געווען פון גרעסטע פריוואטע זאמלונגען פון ספרים אין דער וועלט.

אין אנהייב דער צווייטער וועלט קריג האט ער זיך געצויגן קײַן ווארשע, אבער די רשעים ימ"ש האבן עם שטארק געזוכט. אין יאר ה'ת"ש האבן די חסידים מצליח געווען באקומען דאקומענטן בכדי ער מיט געציילטע מענטשן פֿון זײַן משפחה זאלן האבן רשות אײַנצוּוואנדערן קײַן ארץ ישראל, וואס אין יענער צײַט האט געהייסן פאלעסטינא אונטער בריטישער הערשאפֿט.

בשעת ווען ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויף הר הזיתים צוליב די מלחמה וואס האט געהערשט צווישן ישראל און די אראבישע לענדער. האט מען עם באגראבן אין א קבר אין דעם חצר פֿון דער ישיבה „שפת אמת" אין ירושלים, ווו ער ליגט ביז צום הײַנטיקן טאג.

תקנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען הר"ר אברהם מרדכי איז געווארן רבי האט ער אײַנגעפֿירט אין זײַן בית המדרש אין גער צו דאווענען שחרית שבת אינדערפרי 7.30. דאס איז געווען א גרויסער חידוש—אין די יארן פון די פריערדיגע רבי'ס פלעג מען לערנען שעה'ן לאנג אלס הכנה צום דאווענען, און הערשט אנגעהויבן שחרית אסאך שפעטער. ער האט אויך אײַנגעפירט א שעה הפסקה ביים שבת'דיגן דאווענען, סיי פרייטאג צונאכט (פאר כגוונא), סיי שבת אינדערפרי (פאר קריאת התורה), כדי מ'זאל זיצן און לערנען.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי אברהם מרדכי האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט חיה ראדא טשארני (שחור) פון ביאלא. זייערע קינדער זענען:

  • הרב מאיר אלטער (ה' ניסן תרמ"ג - ת"ש (אומגעפער))
  • מרת פייגא (כ"ד תשרי תרמ"ה - כ"ד תשרי תרפ"ד), דאס ווייב פון הרב יצחק מאיר אלטער (א זון פון רבי משה בצלאל אלטער)
  • הרב יצחק אלטער (פסח תרמ"ח - י"ז מרחשון תרצ"ה)
  • מרת אסתר (סיון תרמ"ט - י"ח ניסן תש"ג), דאס ווייב פון רבי פישל היינא
  • מרת דבורה מאטיל (י"א טבת תרנ"ב - כ' תמוז תשמ"א), דאס ווייב פון רבי יצחק מאיר לעווין
  • רבי ישראל אלטער (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז), דער "בית ישראל" פון גער
  • רבי שמחה בונם אלטער (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב), דער "לב שמחה" פון גער
  • מרת בריינדל (אומגעקומען אין חורבן אייראפע), דאס ווייב פון רבי שלמה יאסקאוויטש

זיין צווייטן זיווג איז געווען מרת פייגא מונטשא בידערמאן, א טאכטער פון זיין שוועסטער; זיי האבן געהאט איין זון:

זײַנע תורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער רבי האט געשריבן אסאך תורה אבער איז רובא דרובא פֿארלוירן געגאנגען אין די קריג יארן. נאך זײַן פטירה האט זײַנס אן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע ספרים וואס הייסן „אמרי אמת". זײַט דעמאלסט רופֿט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאמען „אמרי אמת".

גערער רבי'ס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרה"צ ר' יצחק מאיר אלטער (דער חידושי הרי"ם)

הרה"צ ר' חנוך העניך פֿון אלעקסאנדער (חשבה לטובה)

הרה"צ ר' יהודא אריה לייב (דער שפת אמת) – אן אייניקל פונעם "חידושי הרי"ם".

הרה"צ ר' אברהם מרדכי (דער אמרי אמת) - א זון פונעם שפת אמת.

הרה"צ ר' ישראל (דער בית ישראל) - א זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' שמחה בונם (דער לב שמחה)- א זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' פנחס מנחם (דער פני מנחם)- א זון פון רבי אברהם מרדכי.

הרה"צ ר' יעקב אריה (דער הײַנטיקער רבי שליט"א) - א זון פון רבי שמחה בונים.


פֿריערדיגער:
הרב יהודה אריה לייב אלטער
"שפת אמת"
דער גערער רבי
תרס"ה-תש"ח
נאָכפֿאלגער:
הרב ישראל אלטער
"בית ישראל"

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. דאס אידישע ווארט
  • ראש גולת אריאל