מצווה
פֿון װיקיפּעדיע
איז טייטש א געבאט. דאס ווערט גענוצט אויף זאכן וואס די תורה האט באפוילן פאר אידן צו טאן.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] סארטן מצות
[באַאַרבעטן] מצוה עשה
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען דארף טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: לולב, אתרוג, און ציצית.
[באַאַרבעטן] מצוה לא תעשה
דאס איז א באפעלונג וואס די תורה זאגט אז מען זאל 'נישט' טאן עפעס, פון די סארט מצות זענען: נישט גנבענען, נישט גלוסטען.
[באַאַרבעטן] מצוה עשה דרבנן
דאס איז א באפעלונג וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן, פון די מצות זענען: נטילת ידים, חנוכה.
[באַאַרבעטן] איסור דרבנן
דאס זענען באפעלונגן וואס די רבנן פון די משנה, גמרא, אדער אנשי כנסת הגדולה האבן באפוילן נישט צו טאן, פון די מצות זענען: מוקצה, אדער באדן אום שבת.
[באַאַרבעטן] שבע מצות בני נח
דאס זענען זיבן מצות וואס גוים זענען אויך באפוילן צו היטן.
[באַאַרבעטן] מצוה הבאה בעבירה
[באַאַרבעטן] צאל מצוות
עס זענען דא 613 מצות אין די תורה. 248 פון די זענען מצות עשה, און 365 זענען לא תעשה.
- עס זענען דא אזעלכע וואס לייגן אלס צו נאך מצות, ווי למשל מען קען הערן ווי מענטשן זאגן: יענעם איז א מצוה מן התורה אנציהאקן די ביינער.
- זעט אויך: תרי"ג מצוות