בעלזא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בעלזאָ איז א חסידות וואס איז דארך רבי שלום רוקח געגרינדעט אין דער שטאט בעלזא אין מזרח גאליציע, אמאל פוילן, היינט אוקראינע. דער הויף ציילט צענדליגער בתי מדרש און חינוך אין אסאך יידישע קהילות אויף דער וועלט.

אינהאַלט

געשיכטע

ר' שלום

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – שלום רוקח

רבי שלום, וואס ער איז גערופן דער ערשטער בעלזער רב איז געווען באקאנט אלס וועלט'ס בארימטער בעל מופת צו וועמען צענדליגער טויזענטער אידן און נישט אידן האבן געשטראמט אויף ישועות און רפואות. ביי אסאך תלמידים פון דעם חוזה פון לובלין, רבי יעקב יצחק הורוביץ, איז ער געווען אנגענומען אלס דער ממשיך דרכו. ער האט געבויט זיינער צייט די שענסטע שול אין גאליציע. ער איז נפטר געווארען כ"ז אלול תרט"ו, און ליגט אין בעלזא.

ר' יהושע

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – יהושע רוקח

רבי יהושע, דער מיטלער בעלזער רב, נאך אים האט איבער גענומען דאס רבנות פון דעם שטעטל בעלזא זיין יונגסטער זוהן רבי יהושע רוקח, באקאנט אלס דער גרויסער לוחם קעגן דער רעפארם באוועגונג און משכילים. ער האט געגרינדעט אן ארטאדאקסישע באוועגונג אין גאלציע באקאנט אלס 'מחזיקי הדת'. אויך האט ער געגרינדעט דעם ערשטן ארטאדאקסישן צייטשריפט אונטערן נאמען 'קול מחזיקי הדת'. ער איז נפטר געווארן כ"ג שבט תרנ"ד אין וויען, עסטרייך נאך א געפאהרפולער אפאראציע וואס ער איז אריבער, און ליגט אין בעלזא.

ר' ישכר דוב

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – ישכר דוב רוקח (א)

נאך רבי יהושע איז דאס רבנות פון בעלזא אריבער צו זיין צווייטן זון רבי ישכר דוב רוקח, אנגערופן דער פריערדיגער בעלזער רב. באקאנט אלס חכם הרזים און א געוואלדיגער קלוגער. אויך זיין גאונות און גדלות בתורה האט גע'שם'ט איבער גאנץ אייראפע ווי אויך ארץ ישראל און אמעריקע. ביי די ערשטע וועלט'ס קריג האט ער אויסגעוואנדערט אויף אונגארן ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן און מונקאטש און אין ראצפערט. זייענדיג און מונקאטש האט אויסגעבראכן די באקאנטע מחלוקה צווישן מונקאטש און בעלזא, הויפטזעכטליך צוליב די קפידא פון דעם ארטיגן שטאט'ס רב רבי חיים אלעזר שפירא זצוק״ל באקאנט אלס מחבר פון ספר ׳מנחת אלעזר׳. ער איז נפטר געווארן כ"ב מרחשוון תרפ"ז, און ליגט אין בעלזא.

ר' אהרן

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – אהרן רוקח

נאך רבי ישכר דוב איז געקרוינט געווארן זיין עלטסטער זוהן רבי אהרן רוקח אלס רב פון דער שטאט בעלזא. באקאנט אלס זעלטענער פרוש און קדוש וטהור, עס איז געפאלען א שרעקליכע פחד דקדושה אויף יעדער וואס האט נאר געקוקט אויף זיין הייליגער געזיכט, אלע צדיקים פון זיין דור האבן זיך מכניע געווען פאר אים, ער איז אנגענומען אלס דער ריכטיגער 'צדיק הדור' פון זיינער צייט ביי אלע חסידישע און אפילו טייל ליטווישע קרייזן אן אויסנאם.

נאך דער חורבן אייראפע האט רבי אהרן רוקח זצ"ל, וועלכער איז געווען באקאנט אלס א מלאך אלוקים מיט זיין הייליגער פירונג, צוריק אויפגעבויט די קהילה אין ארץ-ישראל און אין חוץ-לארץ. ער איז נפטר געווארן פלוצלינג מוצאי שבת עקב כ"א אב תשי"ז אין ירושלים עיר הקודש, זיין פטירה האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן ארטדאקסישן יודענטום איבער דער גארער וועלט. ער ליגט אין הר המנוחות אין גבעת שאול, ירושלים.

רבי ישכר דוב (היינטיקער רבי)

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – ישכר דוב רוקח (ב)

ניין יאר נאך זיין פטירה האט מען אויפגענומען זיין פלומעניק רבי ישכר דוב רוקח, די הכתרה איז פארגעקומען נאך דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון דעם וויזשניצער רבי'ן משה יהושע האגער.

אונטער זיין הנהגה האט דאס חסידות געבליעט. דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך, וואו ער מאכט חידושים אין נייע איינפירונגין, ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון פסיכאלאגן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות, און אויך אין קירוב רחוקים. ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס "תורה ואמונה" "צהר" אין "הידברות", וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל.

א טייל פון די חסידים האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטערן נייעם רבי'ן און האלטן זיך נאך בעלזער חסידים פון רבי אהרן רוקח זצ"ל. זיי האבן אנגענומען אלס רבי רבי יהושע רוקח שליט"א, אדמו"ר פון מאכניווקא.

בעלזער ישיבות

דאס בעלזער חסידות האט פיר ישיבה גדולות אין ישראל:

  • די אלטע ישיבה אין אגריפס גאס אין ירושלים, געגרינדעט אין תש"י. היינט איז דער ראש ישיבה הוא הרב שמואל ישכר ראזנגארטן.
  • די בעלזער ישיבה אין בני ברק, אונטער הרב חיים צבי שפירא.
  • די בעלזער ישיבה אין חיפה אונטער הרב בערל רעכניצער.
  • די בעלזער ישיבה אין אשדוד אונטער הרב חיים דוד שובאקס.

אין די תש"ס יארן האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס האבן שוין געלערנט דריי יאר אין ישיבה גדולה. די ישיבה געפינט זיך אין ירושלים אין דעם בנין פון קאלעוו אין שיכון חב"ד.

בעלז האט ישיבה קטנות אין ירושלים, בית חלקיה, טעלז סטאן, קוממיות, בני ברק, אשדוד, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטרעאל, בארא פארק און מאנסי.

וועבלינק


פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן