יהודה לייב אשלג

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

הרב יהודה לייב אשלג זצ"ל האט געשריבען דעם פירוש הסולם אויפן זוהר הקדוש רופנדיק זיין פירוש מיטן נאמען "סולם" וואס מיינט לייטער, זאגנדיק מיט דעם אז ווער עס לערנט קבלה מיט אשלגס שיטה קען ווייטער שטייגן אין דעם לימוד אליין, אזוי ווי איינער קריכט אויף א לייטער. נאך זיין פטירה האבן ממשיך געווען זיינע צוויי זין הרב ברוך שלום אשלג זצ"ל וואס זיין עיקר התעסקות אין קבלה איז געווען נאך ווען זיין טאטע איז נלב"ע, ער האט ארויסגעגעבען א פירוש אויפן תלמוד עשר ספירות, היינט איז ממשיך זיין איידעם הרב גרנירר שליט"א אין בני ברק.

דער צווייטער זוהן הרב שלמה בנימין איז נסמך געווארען דורך זיין טאטן געבן שיעורים אין קבלה. זיין טאטע האט געזאגט אז דער פירוש הסולם איז געשריבען געווארען אין זכות וואס ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען נתעורר געווארען ביי די שיעורים וואס ער האט געגעבן בפקודת אביו, ער האט אויך אויפגעשטעלט א ביהמ"ד אין בני ברק נאך וואס זיין טאטע האט אים דאס מצווה געווען ערב פטירתו, היינט איז ממשיך זיין זון הר"ר שמחה אברהם אשלג שליט"א וואס איז באקאנט אלס דער גרעסטער בקי אין הלכות כתובה בדורינו, אזוי אויך האט נאך א זון הרב יחזקאל יוסף געעפענט נאך דער פטירה פון זיין טאטן א צווייטן ביהמ"ד אין בני ברק.