קארלין סטאלין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער קארלין סטאלין חסידישער הױף איז געגרינדעט געװארען דורך דעם גרויסן רבי'ן הר"ר אהרן פון קארלין א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד. קארלינער חסידים שטאמען פון קארלין לעבן פינסק אין װייס־רוסלאנד.

דער צווייטער רבי איז געווען זיין זון הר"ר אשר פון סטאלין. נאך אים איז געווען רבי זיין זון ר' אהרן פערלאוו, מחבר פון „בית אהרן".

נאך אים איז געווארן רבי זיין זון דער צווייטער הר"ר אשר.

ער איז אוועק יונגערהייט איבערלאזנדיג זיין זון ישראל אלס קינד. די חסידים האבן אים אויפגענומען אלס קינד, דעריבער הייסט ער דער ינוקא.

דער ינוקא האט געהאט עטלעכע קינדער אלע רבי'ס: הר"ר אברהם אלימלך אין קארלין, הר"ר יוחנן אין לוצק.

זיי זענען באקאנט אלס עובדים וואס שרייען שאקעלן און זינגען ביים דאווענען.

[באַאַרבעטן] דאס חסידות היינט

נאך דער פטירה פון ר' יוחנן האט זיך דאס חסידות צוטיילט. אונטערן נאמען קארלין־סטאלין װערט עס געפירט דורך דער רבי ר' ברוך מאיר יעקב שוחט, אן אייניקל פון דעם קארלין-לוצקער רבי'ן רבי יוחנן. ער וואוינט אין גבעת זאב, נישט ווייט פון ירושלים. די אנדערע טיילן זענען קהל חסידי ירושלים און פינסק קארלין.

קארלין־סטאלין האט קרוב צו צוויי טויזנט משפחות אין ארץ ישראל און ארום דער וועלט. אין ארץ ישראל געפינען די חסידים בעיקר אין ירושלים, בני ברק, ביתר עלית, מודיעין עילית, טבריה און דעם יישוב גבעת זאב וואו דער רבי וואוינט.

דער הויפט בית מדרש פונעם חסידות, "היכל רבנו יוחנן", איז אין דעם בוכארים געגנט אין ירושלים. אין ירושלים זענען אויך שטיבלעך אין בית ישראל, עזרת תורה, סנהדריה און רמות. דאס חסידות האלט אויס די אור החיים שול אין דער אלטשטאט. אין ביתר זענען פיר שטיבלעך (שכונת הדקל, שכונת התמר און צוויי אין שכונת הגפן), אין מודיעין עילית צוויי שטיבלעך (אין קרית ספר און אין אחוזת בראכפעלד), אין בני ברק צוויי שטיבלעך, אין צפת דער אלטער בית מדרש און אין טבריה צוויי שטיבלעך (אין טיילת און אין 200 פלוס געגנט).

דאס חסידות האט ישיבות קטנות אין ירושלים, רמות, ביתר עילית און מודיעין עילית, און א ישיבה גדולה אין רמות.

אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע זענען דא שטיבלעך אין בארא פארק (מיט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה), מאנסי און לייקוואוד. אויך איז דא א שטיבל אין סטאמפארד היל, לאנדאן, ענגלאנד.


די קארלינער רביס האבן זיך שטענדיג דערקעגנט צו ציוניזם און דער מזרחי, און האבן אויך נישט געשטיצט פאזיטיוו דעם אגודת ישראל. היינט איז דאס חסידות נישט אריינגעמישט אין פאליטיק, לויט דער הוראה פונעם פריערדיקן רבי'ן רבי יוחנן.



פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן