סלאנים (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער אלטער בית מדרש אין סלאנים, 2006

דער סלאנימער הויף איז א חסידות וואס שטאמט פון דער שטאט סלאנים, אין מערב בעלארוס. די שושלת פון סלאנימער רבי'ס ציט זיך שוין לענגער ווי 150 יאר. סלאנים לייגט א דגש אויף אמונה און ענווה.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין ה'תרי"ח (1858), נאך דער פטירה פון רבי משה פון קאברין (כ"ט אייר ה'תרי"ח), האט א גרויסער טייל פון זיינע חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון זיין תלמיד רבי אברהם וויינבערג (דער ערשטער) (1804-1883) וואס האט געוואוינט אין סלאנים, אזוי האט אנגעהויבן דער סלאנימער הויף. דער ערשטער סלאנימער רבי איז באוואוסט נאכן נאמען פון זיין ספר יסוד העבודה וואס באהאנדלט די יסודות פון חסידות. ער איז נפטר געווארן י"א חשוון ה'תרמ"ד (1883).

נאך זיין פטירה האט זיין אייניקל (א זון פון זיין בן יחיד, רבי יחיאל מיכל אהרן) רבי שמואל וויינבערג, דער דברי שמואל, באקאנט אלס "דער פאטער", איבערגענומען די רביסטעווע. ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות אויף וואס מ'האט שפעטער אויפגעשטעלט אגודת ישראל. ער האט געדינט אלס רבי 32 יאר ביז זיין פטירה י"ט שבט ה'תרע"ו (1916) אין ווארשע.

רבי ישכר לייב וויינברג פון סלאנים

נאך רבי שמואל'ס פטירה זענען זיינע צווי זין געווארן רביס. זיין בכור רבי ישכר לייב וויינבערג האט איבערגענומען די רביסטעווע אין סלאנים; ער איז נפטר געווארן כ"ח ניסן אין יאר ה'תרפ"ח (1928), (זיין נאכפאלגער איז געווען זיין זון רבי אברהם יהושע העשיל וויינבערג וואס איז ארויף אין ארץ ישראל אין יאר ה'תרצ"ה (1935) וואו ער האט זיך באזעצט אין תל אביב). דער יונגערער זון , רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער), מחבר פון בית אברהם, האט געצויגן קיין ביאליסטאק וואו ער געפירט אלס סלאנימער רבי; שפעטער האט ער געפירט אין באראנאוויטש. ער האט אויפגעשטעלט דארטן א גרויסן צענטער פון חסידות און די תורת חסד ישיבה. רבי אברהם וויינבערג איז נפטר געווארן אין סלאנים א' אייר ה'תרצ"ג (1933).

ווען דער צוויטער רבי אברהם וויינבערג איז נפטר גיווארן, האט ער איבער גילאזט איין זון, רבי שלמה דוד יהושע, וואס איז נאך גיווען א בחור. מיט דעם האבן די חסידים אים אן גינומען אויף א רבי, און ער האט געפירט די הויף ביז ווען ער איז גיהרגעט גיווארן ביי די לאגער אום ו' מרחשון ה'תש"ד.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, ווען רוב סלאנימער חסידים וואס האבן גיוואוינט אין חו"ל זענען גיהרגעט גיווארן, האבן די חסידים פון ארץ ישראל אן גינומען פאר א רבי'ן מרדכי חיים קאסטילניץ, וואס איז באוואוסט אלס "ר' מאטל" אדער "ר' מאטל דיין"). רבי מרדכי חיים האט נישט גיוואלט זיין א רבי, אבער פאקטיש האט ער געפירט די הויף און אים גיבויט איבער נייע אין ארץ ישראל.

רבי מאטל איז נפטר גיווארן י"ד טבת ה'תשי"ד, און רבי אברהם וויינברג (דער דריטער), מחבר פון "ברכת אברהם", האט אנגיהויבן פירן די הויף. 27 יאר האט ער געפיהרט, און אין די יארן העט ער גיבויט די הויף. ער איז גיווען א חבר פון דער מועצת גדולי התורה, און גיווען בקשר מיט אלע גדולי הדור פון זיין צייט.

אין דער צייט וואס דער ברכת אברהם האט געפירט, איז גיווארן א מחלוקת צוווישן די חסידים, ביז א טייל פון זיי האבן האן גינומען פאר א רבי'ן זיין איידעם רבי שלום נח בערעזאווסקי, דער "נתיבות שלום". א חודש שפעטער איז דער שווער נפטר גיווארן, אין י"ב סיון תשמ"א, און דער הויף האט זיך צוטיילט לויט די גוטסהייסונג פונעם ברכת אברהם. א טייל זיינען גיבליבן באגלייבט פאר דעם "נתיבות שלום", און זיי זענען באוואוסט אלס די ווייסע סלאנימער, און א טייל האבן אנגענומען פאר א רבי'ן רבי אברהם וויינברג (דער פערטער), און זיי זענען באוואוסט אלס די שווארצע סלאנימער.