ליובאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער בעל התניא, דער ערשטער רבי פון חב"ד
ר' מנחם מענדל שניאורסאהן, דער לעצטער ליובאוויטשער רבי

ליובאוויטשער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאוויטש אין ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס), עס איז א צווייג פון חב"ד, וואס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה ד'עת, א טערמין פון קבלה.

חסידות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

חב"ד חסידות איז געגרינדעט געווארן אין רוסלאַנד. דאס חב"ד חסידות איז געגרינדעט געווארן דורך ר' שניאור זלמן מליאדי, דער פערפאסער פון ספר התניא, אנגערופן ביי די חב״ד חסידים "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפאלגער די אדמו"רים פון ליובאוויטש, קאפוסט א.ד.ג. זיי האבן שטארקע אמונה אין דער אויבערשטער און אין א רבי. און קאכן זיך אין לערנען און מאכען וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "נגלה דתורה" (דאס הייסט, תנ"ך און ש"ס, און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל - "נסתר דתורה" (דאס הייסט, קבלה און חסידות), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע אדמו"רים.

חבד שליח[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

טויזנטער פון די "חב"ד שלוחים" חב"ד אין א בילד לעבן דער צענטראלער ליובאוויטשער הויפטקוואטיר, די שול אויף 770 אין ברוקלין

א שליח איז א ליובאוויטשער חסיד וואס פארט ארויס צו וואוינען אין א פרעמדער שטאט, צו פארשפרייטן אידישקייט צווישן די איינוואוינערס. די שלוחים זענען געשיקט געווארן דורך דער ליובאוויטשער רבי. היינט צוטאגס איז פאראן ארום 4000 שלוחים אין די גאנצע וועלט, אין יעדער פארשטיפטע ווינקעל אין דער וועלט ווי עס געפונען זיך אידן.

צווישן די לענדער, זיינען די שלוחים אין רוסלאנד און די אמאליקע קאמונסיטישע לענדער זייער מפורסם, און אויך די שלוחים אין פראנקרייך, און ארץ-ישראל.

די שלוחים זיינען מוסר נפש אויף זייער ארבעט, און אין א סאך ערטער זיי האבן נישט קיין חלב ישראל פאר זייערע קינדער. איין מאל א יאר, שבת-מברכים ר"ח כסליו, קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחים פאר א "כינוס השלוחים", און ארום כ"ב שבט (די יאָרצייט פון די ליובאוויטשער רבי רעבעצין) - קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחות.

770 בית חיינו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

770 איסטערן פארקוועי אין קרוין הייטס איז געווען ר' מנחם מענדל שניאורסאהןס שול. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי יונק, און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.

חב"ד הייזער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א "חב"ד הויז" מיינט א פלאץ וואו עס וואוינט דארט א חב"ד שליח וועלכע פירט אהן מיט א מנין, תורה שיעורים, הכנסת אורחים, מבצעים א.ד.ג. א חב"ד הויז איז די אדרעס פאר יעדער אידישער געברויך, בפרט ווען מ'געפינט זיך ווייט פונדערהיים.

שוין דא ארום די גאנצע וועלט איבער דריי טויזענט חבד הייזער היינט צוטאגס, וואס דאס הייסט אז עס רעדט זיך וועגן קארגע צען טויזנט פאמיליעס וואס האבן אוועקגעגבן זייער גאנצע לעבן, אויף האנדלען מיט פירן אידישע קהילות און אלגעמיינע טעטיקייטן פון הילף צו אידן אין יעדער זאך אין אידישקייט וואס זיי נויטיקן זיך, דאס זעלבע זיי טוען פארשידענע טועכצן אויף צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט, און ספעציעל ארויסראטעווען זיי פון סעמילאציע.

א וויכטיקע טייל פון זייערע וועגן ווי זיי פירן זיך אין דעם "חב"ד הויז", צו האנדלען אויך מיט פרייע אידן און זיי ארויסהעלפן (וואס אינדעם זיינען זיי אנדערש פון די מערסטע פרומע קרייזן, וואס האלטן אז מען טאר נישט האבן צו טאן מיט פרייע אידן) - איז געגרינדעט אויף די געדאנקען וואס ווערן ערעקלערט אין זייערע ספרי חסידות, וואס דארטן רעדט זיך ארום א סאך אויף די הייליקייט און די נשמה פון יעדן אידן, ווי אויך די גרויסע מעלה פון "אהבת ישראל" (האבן ליב יעדן אידן), זיי נעמען א ביישפיל פון דער בעל שם טוב וואס האט אויך זייער ליב געהאט פשוט'ע אידן.

די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך "שלוחים" (געשיקטע)- דאס הייסט, אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען, אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן.

לעצטן רבין'ס שיטות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן , האט שטענדיק זיך געמישט אין רעגירונג פאליסי ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון פאליטיק. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט אראבער און אז זיי פארשטייען בלויז דעם מיליטערישען פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין לאזונג פון אף שעל וואס האט שטענדיק געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. זיינע חסידים זענען געווען די אקטיווע קאמפיינער פאר ביבי נתניהו'ס געווינס דאס ערשטע מאל.

די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין פאליטיק אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבייט פון ופרצת.

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זצ"ל, פלעגט שטענדיק צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן משיח, און מחזק זיין די אמונה און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די ברכה פון שמונה עשרה "את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח...כי לישועתך קיווינו כל היום". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין רמב"ם די הלכות פון גאולה און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.

שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז דער דור איז דער לעצטער דור פון גלות. אין יאר ה'תשנ"א האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין שווער (דער פריער'דיקער ליובאוויטשער רבי, רבי יוסף יצחק שניאורסאן) האט שוין געזאגט אלס א נביא: "ענווים, הגיע זמן גאולתכם"

צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט מחזיר בתשובה זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין.

נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח, און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה, איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו (סיידן אויב עס וועט זיין צו אים "תחיית המתים" נאך פאר משיח'ס קומען (ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים), וועט ער קענען ווערן צוריק דער "משיח").

אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער וויט זיין דער משיח, באזירט אויף די גמרא וועלעכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע. די דאזיגע ווערן אנגערופן "משיחיסטן".

די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", רבנים און ראשי ישיבות האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מזאל רעדן וועגן ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.

ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלס משיח. און זאגן אז ס'איז פארבאטן לויט דער תורה (דוד בערגער, 2001). אנדערע האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת (הרב אהרן סולבייצ'יק, חיים דלפין, 2002). פראפעסער אביעזר ראוויצקי, הויפט פון דער אפטיילונג פון אידישע פילאסאפיע אין העברעאישע אוניווערסיטעט און אן ארטאדאקסישער איד, האט געזאגט, "דער תורה פארבאט נישט צו זיין נאריש."

קירוב: ופרצת און מבצעים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צווי חב"ד חסידים לייגן תפילין מיט א איד וואס הייסט " תינוק שנשבה"

אנדערשט ווי די ליטווישע ארגאניזאציעס ווי אש התורה און אור שמח וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די לעבנסשטייגער פון משפחות, האלטן זיי נישט פון דער סיסטעם, נאר זיי ליבען יעדן פרייען איד, און זיי שמייכלן, און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן מצוות, ווייל א איד איז א איד נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב, און די חיוב פון ערבות פאלט קיינמאל נישט אוועק פון פרומען איד קעגן סיי וואספארא איד.

רוב פון זיי ווערן אליינס רבנים דורך זיך באטייליגן אין זייער ארמיי פון חבד שליחים. אבער יעדער קינד ביז בר מצווה און מיידל ביז בת מצווה דארף זיך באטייליגן אין די ארמיי צבאות ה' וואס מען איז מחזק די קינדער האבען מלחמה אנטקעגען דעם יצר הרע.

די דאזיגע אקציעס שטאמט פון זייער געבורין ארט אין רוסלאנד ווי זיי האבן געקעמפט קעגן אפיקורסות און קאמוניזם וואס האבן אין יענע יארן אוועק געריסן גאנצענע פרומע משפחות. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואס די חסידות האט זיך איבערגעפלאנצט אין א פרייע נייע מאדערנע וועלט, האבן זיי גענומען דעם זעלבן פיבער און דאס אויסגעשפרייט איבער די גארער וועלט.

די פראבלעמען קומען אבער אויך מיט, אז זייערע פרומע קינדער וואס וואלטן ווען נישט די קירוב אויסגעקוקט ווי פיינע חסידישע איזולירטע פארמאכטע אנדערע חסידישע קרייזן, זענען זיי מער אויפגעקלערט און קענען זיך מער אויס מיט די פרייע וועלט,[פֿעלט אַ מקור] אבער זיי לייקענען אז זיי האבן עפעס מער אפגעפארענערס ווי סתם ליטווישע קרייזן וואס רעדן אויך די ענגלישע אדער סיי וואסארא גויאישער שפראך פון זייערע מדינות.[פֿעלט אַ מקור]

אידיש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיי פרובירן צו פרעזערווירן די אידישע שפראך. אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבין און דאס איז דאך אלץ אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס אידישע שפראך. אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ'זאל רעדן בלויז אידיש.[1]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מקורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דוד בערגער, The Rebbe, the Messiah, and the Scandal of Orthodox Indifference, ליטמאן ביבליאטעק אויף אידישע ציוויליזאציע, 2001
  • חיים דלפין, Attack on Lubavitch: A Response, דזואיש ענריטשמענט פרעסס, פעברואר 2002



בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר אמנון יצחק | | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן |יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאהן

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg