צאנז-קלויזענבורג (הויף)
דער ארטיקל דא באשרייבט דאס צאנז-קלויזענבורג'ער חסידות וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה. פאר אינפארמאציע אויף דעם ארגינעלן צאנזער חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק ר' חיים האלבערשטאם זיע"א זעט צאנז (הויף)
אינהאַלט |
צאנז-קלויזענבורג [באַאַרבעטן]
צאנז קלויזענבורג איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה (א זון פונעם רודניקער רב, הרב צבי הירש האלבערשטאם, אן אייניקל פון דברי חיים פון צאנז) וואס האט ממשיך געווען אין דעם וועג פון זיין הייליגן זיידן דעם דברי חיים.
דער צאנז-קלויזענבורגער רבי ר' יקותיאל יהודה וואס איז געווען רב אין דער שטאט קלויזנבורג, אונגארן (היינט רומעניע) פאר'ן צוויטן וועלט קריג, האט אויפגעבויט יודישקייט און חסידות נאכן קריג און האט גערופן זיינע מוסדות און זיינע שטעטלעך אין ארץ ישראל מיטן נאמען צאנז אויפן נאמען פון זיין זיידן דער צאנזער רב זי"ע.
די וואוילטעטיגקייטן פונם רבי'ן זענען נישט נאר געווען פאר זיינע חסידים נאר פאר גאנץ כלל ישראל, ווי ס'איז באוואוסט האט ער אויפגעשטעלט מפעל הש"ס און דעם לאניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, נתניה.
דאס חסידות היינט [באַאַרבעטן]
נאך דער פטירה פונם רבי'ן ר' יקותיאל יהודה זענען אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ:
- זיין עלטערער זון ר' צבי אלימלך האלבערשטאם שליט"א פון קרית צאנז, נתניה, ארץ ישראל; אדמו"ר מצאנז.
- זיין צווייטער זון ר' שמואל דוד האלבערשטאם שליט"א פון בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן; אדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג.
- (זיין איידעם ר' שלמה גאלדמאן שליט"א פון יוניאן סיטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן; אדמו"ר מזוועהיל-צאנז.)
צאנז קלויזענבורג ווערט גערעכנט היינט אלס איינע פון די גרויסע חסידות'ן איבער דער גארער וועלט, עס האט בתי מדרשות און מוסדות אין...
- ארץ ישראל: ירושלים, בני ברק, צפת, פתח תקוה, חיפה, אלעד, ביתר.
- אייראפע: לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער.
- אמעריקע: בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, יוניאן סיטי, לייקוואד.
זעט אויך [באַאַרבעטן]
וועבלינקען [באַאַרבעטן]
- בילדער וועב זייטל פון צאנז-קלויזענבורג
- וועב זייטל פון קרית צאנז
- וועב זייטל פון געשעהנישן אין צאנז קלויזנבורג אמעריקע