צבי אלימלך האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי צבי אלימלך האלבערשטאם (געב' תשי"ב) איז דער צאנזער רבי פון ארץ ישראל אין "קרית צאנז", נתניה. ער איז "נשיא" פון די מוסדות התורה והחינוך פון "צאנז", צווישן זיי דער לאניאדא שפיטאל און דאס גרויסע "מפעל הש"ס העולמי", און א פאר ישיבות אין קהילות אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, אין אויך די קהילות "שפע חיים" אין אמעריקע, אויפן נאמען פונעם צאנז-קלויזנבורגער רבי זי"ע. אויך האט ער קהילות אין ענגלאנד און אין אנטווערפן.

זיין חסידות ציילט נאנט צו צווי און אהאלב טויזנט ראשי משפחות.[פֿעלט אַ מקור]

ער איז זייער א בעגאבטער מענטש מיט א הדרת פנים, און א רעספעקטירטערער פערזאן, ער זאגט כסדר פשעטלעך וואו ער ווייזט גרויס בקיאות, חריפות, און גאונות אין חסידות, השקפה, הלכה און תלמוד.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי צבי אלימלך האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון רבי שמואל אונסדארפער. זייערע קינדער זענען:

  • רבי יחזקאל שרגא ברוך - דער רב הצעיר פון קרית צאנז, אן איידעם ביי זיין פעטער רבי יצחק אריה לייבוש היילפרין (זון פון רבי אלחנן היילפרין און איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער).
    • רבי חיים משה, איידעם פון ר' נחמן בידערמאן
  • רבי יוסף משה דוב - פירער פונעם נעצווערק פון צאנזער ישיבות, אן איידעם ביי זיין פעטער הרב אשר אנשיל לעמבערגר פון מאקאווא אלעד-נתניה (איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער).
    • איידעם ר' משה נתן נטע היילפרין, זון פון ר' יעקב היילפרין (איידעם פון ר' מנחם מנדל לעמברגער פון מאקווא ירושלים), זון פון ר' יצחק אריה לייביש הייפרין (איידעם פון ר' שמואל אונסדראפער), זון פון ר' אלחנן היילפרין
  • רבי אברהם - ראש פון די צאנזער יונגעלייט חבורות און משפיע אין דער ישיבה קטנה אין קרית צאנז, נתניה. ער איז אן איידעם ביי רבי אברהם שלום ישכר ליפשיץ-האלבערשטאם פון סטראפקאוו.
  • רבי מאיר משולם, האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון זיין פעטער הרב יעקב אליהו אונסדארפער.‏[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]