לאניאדא שפיטאל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לאניאדא שפיטאל

דאס לאַניאַדאָ שפיטאל איז א שפיטאל אין קריית צאנז, נתניה, ישראל געגרינדעט אין תשל"ה דורך דעם קלויזנבערגער רבי. ווען דער רבי איז געווען אין אוישוויץ קאצעט איז ער געוואונדעט געווארן. ער האט פארשטאנען אז טאמער ער גייט דארטן אין שפיטאל איז דער מעגלעכקייט ארויסצוקומען לעבעדיגערהייט גאר קליין. אויפן ארט האט ער באשלאסן אז אויב ער ווערט געראטעוועט פון יענעם גיהנם וועט ער אויפבויען א שפיטאל וואו א ייד דארף נישט מורא האבן צו גיין דארט צו זוכן א רפואה. ער האט דערציילט די מעשה ביים עפענען פונעם לאניאדא שפיטאל.

אום ו' אדר א' ה'תשס"ח איז געבוירן דארט דאס 100,000סטע קינד.[1]

בילדער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. ישיבה וועלט נייעס (אויף ענגליש)