וויליאמסבורג, ברוקלין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וויליאמסבורג)


וויליאַמסבורג (געגנט)
די דושינסקי הייזער אין וויליאמסבורג
מדינה / טעריטאָריע ניו יארק
קאָאָרדינאַטן 40°43′N 73°58′W / 40.71°N 73.96°W / 40.71; -73.96קאארדינאטן: 40°43′N 73°58′W / 40.71°N 73.96°W / 40.71; -73.96

 ‑ אין געגנט

113,000‏  (שטייענדיג 2010)
www.williamsburg.nyc

וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופוסנס פונעם וויליאַמסבורג בריק וואָס פירט קיין מאַנהעטן. עס האָט אַ גרויסע געמיינדע פון חסידישע אידן.

דער וויליאַמסבורג בריק
אידן שפּאַצירן אויפן בריק
א טיפישע ניי-וויליאמסבורגער געביידע
דער וויליאמסבורגער אומגעגנט פון דער הייך
דער נעיווי יארד אינדוסטריעלער געגנט וואס גרעניצט זיך מיט וויליאמסבורג
א טאוול אין גאס וואס רופט צו צניעותדיגער קליידונג
רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר ביי א באגלייטן אויף די וויליאמסבורגער גאסן
דער באקאנטער וויליאמסבורגער געשעפטסמאן זעלדא פארטראכטערהייט
ביים פארברענען דעם ציוניסטישן פאן אום פורים נאכמיטאג ביי ליע עוו. קאר. היוז סט.

היסטאָריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרינדונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1638, האָט די 'האָלענדישע מערב אינדיע פירמע' געקויפט דעם שטח פון די 'לענאַפּי נאַטיווע אַמעריקאַנער' וואָס האָבן פאַרנומען דעם שטח. אין 1661, האָט די פירמע געטשאַרטערד די שטאָט פון Boswijck, אַרייַנגערעכנט לאַנד וואָס וועט שפּעטער ווערן וויליאַמסבורג. נאָכדעם וואָס די ענגלישע האָבן איבערגענומען ניו נעטהערלאַנד אין 1664, איז דער נאָמען פון דער שטאָט אַנגליזירט געוואָרן צו בושוויק. אין קאָלאָניאַלע צייטן, פלעגן דאָרפסלײַט רופן די געגנט "בושוויק שאָר (ברעג)". דער נאָמען האָט אָנגעהאַלטן אומגעפער 140 יאָר. בושוויק שאָר איז אָפּגעהאַקט געוואָרן פון די אַנדערע דערפער אין בושוויק דורך 'בושוויק קריק' צום צפון און דורך 'קריפּפּלבוש', אַ געגנט פון דיק, באָגגי קשאַק לאַנד וואָס האָט זיך געצויגן פֿון 'וואָלאַבאָוט קריק' ביז צו 'נעווטאָוון קריק', צום דרום און מזרח. רעזידענטן פון בושוויק פלעגן רופֿן בושוויק שאָר "די סטראַנד (שנירל)".

פאַרמערס און גערטנערס פון די אַנדערע בושוויק דערפער פלעגן שיקן זייערע סחורה צו 'בושוויק ברעג' אריבערגעפירט צו ווערן די מזרח טייך (איסט ריווער) צו ניו יאָרק סיטי פֿאַר פאַרקויף דורך אַ מאַרק אין די היינטיקע 'גראַנד סטריט'. די גינסטיגע אָרט פון בושוויק שאָר נאָענט צו ניו יארק סיטי האָט געפירט צו דער שאַפונג פון עטלעכע פאַרמינג דיוועלאַפּמענטן. אין יאָר תקנ"ב (1802), האָט גרונטייגנס ספּעקולאַנט ריטשאַרד מ. װאוּדהאל אָפּגעקױפט דרײַצן אקער (53,000 מ²) אריבער די איסט ריווער. ער האט געלאזט קאלאנעל יונתן וויליאמס, אן אמעריקאנער אינזשעניר, איבערקוקן די אייגנטום, און עס אַ נאָמען געגעבן וויליאמסבורג נאָך אים.

נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין וויליאמסבורג פלעגט קורסירן א טראלי "פון בערי ביז גערי", וואס האט זיך אנגעהויבן אין די ס' יארן דורך אברהם יהודה לעבאוויטש, א קאשוי סאטמארער חסיד און תלמיד, און פון דעם איז געבוירן געווארן די דבר יום ביומו.

באפעלקערונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטנס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא, שווארצע און ארטיסטן.

די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר, וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס, די ארונים און די זאלוינים. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא, וויזשניץ, קראלי, ספינקא, קלויזענבורג, וויען, נייטרא, קראסנא, צעהלים, שאפראן, דינוב, סקווירא, בעלזא, בעלז-מאכניווקע און נאך. טייל פון די האבן אייגענע שולן, תלמוד תורה'ס פאר יונגלעך, שולעס פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע מקוה'ס, זאלן, מצה בעקערייען, און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.

וויליאמסבורג אין נומערן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 ארום 18,000 משפחות.
  • די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
  • קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.

פּאָליטיק און מחלוקתן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אַרטיסטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין משך פון די לעצטע יאָרן האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין דעם געגנט פון צפון וויליאַמסבורג פילע "היפּסטערס" און "אַרטיסטן", אינגערע לײַט פונעם מיטל-העכערן סאָציאָ-עקאָנאָמישן קלאַס. דער געגנט איז צוליב זיי אַדורך אַ פּראָצעס פון גענטריפיקאַציע, און דאָס האָט געבראַכט דערצו אַז די ריעל־עסטייט פּרײַזן זאָלן שטײַגן אין דעם גאַנצן געגנט.

כאָטש פילע פון די בנינים אין דעם הײַנט טײַערן געגנט געהערן צו חסידים פון וויליאַמסבורג, און דער איבערטויש פון דעם געגנט איז געווען פאַר זיי לטובה, זענען אָבער וויליאַמסבורגער אײַנוואוינער אומצופרידן פון די אַנטוויקלונגען. טייל רופן דאָס אָן אַ "מכה" און האַלטן אַז זיי שאַפן אַ ריזיגן מאָראַלישע סכנה פאַר די חסידישע אײַנוואוינער.

עירוב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. דער עירוב האט געהאט די הסכמה פון 99.9% פון די לאקאלע רבנים, אנגעפאנגען פון דעם סאטמארער רב ביז רובו ככולו פונעם התאחדות הרבנים (חוץ איין איינציגען: הרב משה ביק). אבער במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים, ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". דריי דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש און הרב ישראל חיים מנשה פריעדמאן, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג. פון דעם גופא זעט מען אז די "סאטמארער התנגדות" צום עירוב וואס פאלגט נאך אינעם ארטיקל איז א פריש געבאקענע טעאריע.[פֿעלט אַ מקור]

אין תשס"ג איז פֿריש געווארן א שערוריה אין וויליאַמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואָס איז געשאַפן געוואָרן מיט דער הסכמה פון רוב רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון געציילטע יחידים, רבנים און מחרחרי ריב פונעם געגנט.[פֿעלט אַ מקור] רוב פון די מתנגדי העירוב געהערן צו סאטמאר, וואָס זיי טענה'ן אז זיי האלטן אַז דאָס איז קעגן דער הלכה, און אַזוי אויך טענה'ן די סאַטמאַרער אידן אַז דאָס איז געווען קעגן דעם סאַטמאַרער רבינס מיינונג, און דעריבער אַזוי ווי עס איז נישטאָ קיין איין רב וואָס האָט אַ כח אויף דער שטאָט אַלס שטאָטס־רב, קען מען נישט אויפ‏ֿפּאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאַטמאַרער רב האָט זיך אַפּאָר מאָל אויסגעדריקט פאַר זײַנע נאָנטע אַז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האָט געמאַכט אַן עירוב האָבן זיך אידן נאָך סומך געווען דערויף אַסאַך יאָרן שפּעטער ווען ער האָט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאַנג נישט געווען כשר, ווידער איז דאָ די וואָס טענה'ן און ברענגען באַווײַזן אַז די מעשה מיט מאַנהעטן איז אַרויסגעזויגן פון די פינגער פאַר פּאָליטישע חשבונות. אין וויליאמסבורג איז אבער לעכעערליך דער טענה פון שטאטס-רב וויבאלד מען האט אוועקגעשטעלט א ב"ד מיוחד פאר דעם עירוב, אזוי ווי אלע אנדערע אידישע שטעט איבער די גארער וועלט ווי ס'איז דא א ספעציעלע קאמיטעע פון רבנים און בעלי בתים וואס זענען אחראי אויפן עירוב. אויך איז נתברר געווארן אז רוב מימרות אין דעם ענין וואס מען זאגט נאך פונעם סאטמארער רבי׳ן זענען שקרים למחצה, לשליש ולרביע, אדער ארויסגענומען פון דער מכוון.[פֿעלט אַ מקור] אזוי אויך האט דער ברך משה בפירוש געשטיצט דעם עירוב ווי עס איז נאך הערבאר אויף טעיפ, אויך זענען דא צענדליגע אידן וואס האבן דאס געהערט בשעת ער האט געשמועסט מיט רבי חיים לייב כ"ץ בשעת דער לעצטער איז געקומען איבערשמועסן וועגן דעת רביה"ק בעל דברי יואל, בעפאר'ן מאכן דעם בארא פארקער עירוב. אויך זענען פארהאן עטליכע גילוי דעת'ן פון תלמידי רביה"ק וואס געהערן נישט צום היינטיגער סאטמאר'ער פארטיי.‏[1]

אנדערע פאַרציילן גאָר, אַ זאַך וואָס איז נישט פאַרשריבן, אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער אודווארי רב שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רב האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר׳ אשר גאלדהירש, א באיאנער חסיד. ער האט געהאט די הסכמה פון רוב רבנים אין שטאט, נאר אסאך פון די רבנים האבן מורא געהאט פון מפרסם זיין זייער נעמען וועגן פחד פון די צעיושטע זעלבסט געקרוינטע קנאים.

למעשה האלטן זיך מערסטנס פון די וואס רופן זיך "סאטמארער חסידים" אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב. רובא דרובא פון די אנדערע קהילות טראגן יא מיט'ן עירוב, טראץ דעם וואס ס'איז נישט קלאר צו דאס טרעפט אויך צו רוב מענטשן. דאס איז זיכער אז רוב מענטשן ווילן דער עירוב, און פילן אז ס'איז נישט ערגער ווי דער עירוב פון אנדערע שטעט, נאר זיי זענען פארפירט פון דעם פאלשן שמועה אז רביה"ק איז געווען דערקעגן. פון צייט צו צייט קומען פאר צוזאמקופטן און מארשן איבער די גאסן קעגן די וואס טראגן מיטן עירוב. אויך קומט פאר א יערליך עצרת מיט דרשות פון פארשידענע רבנים. אינטערסאנט אז זיי ברענגען אלץ א פרעמדער רב צו רעדן, געווענליך א ליטווישער ראש ישיבה. דאס ווייזט אז ס'איז כמעט נישט דא קיין איין חסידישער רב וואס געהערט נישט צו סאטמאר וואס זאל מיטהאלטן דער התנגדות צום עירוב.[פֿעלט אַ מקור]

נאך פארשידענע מערכות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

במשך די יארן איז פארגעקומען פילצאליגע מערכות איבער געשעפטן און ארגאניזאציעס מיט'ן ציל אנצוהאלטן די אפגעזונדערטע סטאנדארטן פון אידישן וויליאמסבורג, אנגעהויבן יארן צוריק ביי גרין'ס פיצא שאפ וואס איז געווען די ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג, און דערנאך ביים געוועזענעם גל-פז, ווי אויך ביי א מעיק-אפ געשעפט אויף לי עוועניו ווי עס זענען פארגעקומען טעגליכע פראטעסטן במשך בין הזמנים ביז זיי זענען געצווינגען געווארן צו שפארן. ווי אויך ביי די מערכה קעגן אינטערנעט און סמארטפאנען איז געווארן אפגעהאלטן א פראטעסט אקעגן סאנרייס פאטא-געשעפט פאר'ן אנגעבליך פארקויפן סמארטפאנען פאר בחורים.

די קנאישע קרייזן ווילן אז מען זאל נישט פארקויפן די המודיע צייטונג אין וויליאמסבורג, אזוי אויך די משפחה און עמי מאגאזינען. א ספעציעל אגרעסיווע קאמפיין איז פארגעקומען אנטקעגן עמי מאגאזין אין ווינטער פון תשע"ב. למעשה קען מען היינט צוטאגס טרעפן די משפחה און עמי מאגאזינען אין פיל געשעפטן, אבער די המודיע פארקויפט מען טאקע נישט אין ערגעץ.

גרענעצן פון דער אידישער געגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון מערב זייט לויפט קענט עוועניו, פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס. און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ.

די פאַרשידענע געגנטער פון וויליאַמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גרויס־וויליאַמסבורג איז אײַנגעטיילט אין פאַרשידענע קוואַרטאַלן, אָנהייבנדיק פון דעם סאַוט-סייד געגנט וואָס באַשטייט בעיקר פון די סאוט 8 און סאוט 9 גאסן באוואוינט בעיקר דורך מיטל-יעריגע אידן, דערנאך די געגנט פון קליימער סטריט - וואס רעכנט אריין פילע שטאטישע פראדזשעקטס - ביז די הייוועי, דערנאך אריבער די הייוועי - ווי עס געפונט זיך די גרעסטע טייל פון וויליאמסבורג - וואס איז אויסגעבויעט מיט אנגעפולטע גאסן פון בראונ-סטאון הייזער, דערנאך קומט די נייע געגנט וואס האט ערשט אנגעהויבן באוואוינט ווערן בערך תש"ס נאך וואס די קאמערציאלע פאבריקן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט און אויף זייער ארט איז אויפגעקומען פילע גרויסע וואוינונג געביידעס (א גרויס טייל דערפון געבויט דורך דער ראבסקי גרופע), דער דאזיגער געגנט הייבט זיך אן בערך פון וואלאבאוט סטריט וואו עס געפונען זיך גאר אסאך געשעפטן, און ציעט זיך פאר פילע לאנגע גאסן אראפ ביז לאפאיעט עוועניו וואס דאס ווערט גערופן "ניי וויליאמסבורג". דערנאך איז דא א נייע געגנט וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ווערן מער באוואוינט, די טרופ געגנט, וואס ציעט זיך היינט-צוטאגס אראפ מארסי עוועניו און טאמפקינס ביז פולאסקי סטריט נעבן דעם האום דיפאו געשעפט.

באַוואוסטע פּערזענליכקײַטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבנים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געוועזענע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

היינטיגע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עמך אידן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געוועזענע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • זכריה דערשאוויץ (1859-1921), גרינדער פון איינע פון די ערשטע אידישע קהילות אין אמעריקע און די ערשטע חסידישע שוהל אין וויליאמסבורג
  • ר' יום-טוב עהרליך (1914–1990), באַרימטער חסידישער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר, ליריסיסט, רעקאָרדינג קינסטלער, און פּאָפּולער פֿאַרווײַלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק אלבאמען. איינע פון זיינע מערסט באקאנטע פאָלקס לידער איז "וויליאמסבורג", א ליד וועגן חסידיש וויליאמסבורג אין די 1950ער.
  • בנימין "באגסי" סיגעל - מערקווירדיגער באַנדיט, וואָס האט געשאפן די לאַס וועגאַס פּאַס (געבוירן אין וויליאמסבורג)
  • אליעזר קעסטנבוים, גרונטייגנס דעוועלאָפּער, גרינדער און טשערמאַן פון 'פאָרטיס פראפערטי גרופע' אין ניו יארק סיטי
  • ר' איצא גליק פון התאחדות הרבנים

היינטיגע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באקאנטע סטרוקטורן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין פאָלקס קולטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ר' יום טוב עהרליך אין א ניגון אויף זיין יידיש נחת קאסעטע באזינגט די אידישע שטאט וויליאמסבורג אין זיינע צייטן, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבן, ווי עס ווירבלט אידישקייט אין אלע ווינקלען, תלמודי תורה און ישיבות, אפילו דאקטוירים, לויערס, אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג. ער פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, און פארגעסט נישט צו פארציילן פון זיין סטאלינער ביהמ"ד:
... ביים קלויזענבורגען הייסע טרערן,
טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלינע מיט געשרייען,
און סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
ערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצ'ע טרינקט מען שוין לחיים...

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בילדער פון וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פילמען און ביכער וועגן וויליאמסבורג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עירוב[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


געגנטן פון ברוקלין                  

בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך...