וויזשניץ (הויף)
וויזשניץ אין בוקאווינא, אמאל אין רומעניע, היינט אין אוקראינע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מענדיל האגער זצ"ל באקאנט אלץ "דער צמח צדיק", דער גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, אן אפצווייג פון דער קאסאווער דינאסטיע.
וויזשניץ איז היינט איינע פון די גרעסטע חסידותן, מיט אומגעפער צען טויזנט משפחות צווישן די פארשידענע וויזשניצער הויפן, וואס זענען הויפטקווארטירט אין בני ברק, חיפה (סערעט־וויזשזניץ) און מאנסי (וויזשניץ־מאנסי).
אינהאַלט |
אפשטאם פון וויזשניץ
רבי יעקב קאָפל חסיד ( - ט"ו אלול ה'תקמ"ז). בעל תפלה פונעם בעל שם טוב.
- רבי מנחם מענדיל האגער (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו), רב אין קאסאוו, "דער אהבת שלום".
- רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) רב אין קאסאוו. "דער תורת חיים".
- רבי יעקב שמשון האגער (ה'תקע"ד - י"ט אדר ה'תר"ם), רב אין קאסאוו.
- רבי יוסף אלטער האגער (ה'תק"ף (אומגעפער) - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדעוויץ.
- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה) דער ערשטער וויזשניצער רבי, "דער צמח צדיק".
- רבי חיים האגער (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) רב אין קאסאוו. "דער תורת חיים".
דער וויזשניצער בוים
- רבי מנחם מענדיל האגער (כ"ד אייר ה'תק"ץ - כ"ט תשרי ה'תרמ"ה), דער ערשטער וויזשניצער רבי, "דער צמח צדיק".
- רבי ברוך האגער (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), דער צווייטער וויזשניצער רבי, "דער אמרי ברוך".
- רבי ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי, "דער אהבת ישראל".
- רבי חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו
- רבי משה האגער (ה'תרכ"ג - ט' אייר ה'תרפ"ו), פון שאץ.
- רבי שמואל אברהם אבא האגער (ה'תרכ"ה - ל' שבט ה'תרנ"ה), פון האראדענקע.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי שמואל דוב חאדאראוו.
- מרת רייזל, די ווייב פון רבי מרדכי חאדאראוו.
- רבי יעקב יצחק דוד האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - י"ג אדר ה'תרצ"ב), פון סטראזשניץ.
- רבי פינחס האגער (ה'תרכ"ז (אומגעפער) - י"ב אדר ה'תש"ב), פון בורשא.
- רבי שרגא פייוויש האגער (ה'תר"ל (אומגעפער) - י"ג טבת ה'תרצ"ז), פון זעלישטשיק.
- מרת שיינדיל די ווייב פון רבי שלום יוסף פרידמאן (י"ג טבת ה'תרל"ט - כ"ח שבט ה'תרצ"ו), פון טשערנאוויץ.
- רבי יחיאל מיכל האגער' (ה'תרל"ב (אומגעפער) - י"ג כסלו ה'תש"ב), פון האראדענקע.
- רבי שלום האגער
- רבי יעקב דוד האגער, פון וויזשניץ.
- מרת שרה, די ווייב פון רבי שמואל רוקח ( - ט"ז תשרי ה'תרע"ב), פון סקאהל, א זון פון רבי יהושע רוקח פון בעלזא.
- רבי ברוך האגער (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), דער צווייטער וויזשניצער רבי, "דער אמרי ברוך".
רבי ישראל האגער - וויזשניצער צווייג
- רבי ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי, "דער אהבת ישראל".
- רבי מנחם מענדיל האגער (ה'תרמ"ה - י"ג טבת ה'תש"א), פון ווישעווע.
- רבי חיים מאיר האגער (ט"ו כסלו ה'תרמ"ח - ט' ניסן ה'תשל"ב), דער פערטער וויזשניצער רבי פון בני ברק, "דער אמרי חיים".
- רבי משה יהושע האגער (י"ג סיון ה'תרע"ו - כ' אדר תשע"ב), וויזשניצער רבי אין בני ברק.
- רבי מרדכי האגער, וויזשינץ-מאנסי רבי.
- מרת מרים, בז"ר די ווייב פון רבי יהודה'לע הורוויץ פון דזשיקאוו. בז"ש די ווייב פון רבי יהושע גרינוואלד פון חוסט. בז"ש די ווייב פון רבי יעקב יצחק ווייס, גאב"ד ירושלים.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי נפתלי חיים אדלער.
- רבי ישראל אליעזר אדלער, רב פון די וויזשניצער חסידים אין רחובות און וויזשניץ-דזשיקאווער רבי[1]
- מרת שבע, די ווייב פון רבי משה ערנסטער.
- מרת צפורה, די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן, אן אייניקל פון רבי משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן.
- רבי אליעזר האגער (כ"ב שבט ה'תרנ"א - ב' אלול ה'תש"ו), פון וויזשניץ.
- רבי ברוך האגער (ה'תרנ"ה - ב' חשוון ה'תשכ"ד), פון סערעט.
- רבי מיכאל האגער.
- רבי אליעזר האגער, ממלא מקום פון פאטער, סערעטער רבי אין חיפה.
- רבי משה האגער, ראש ישיבה פון יחל ישראל אין חיפה.
- מרת מרים, די ווייב פון רבי אליהו שטערנבוך ראש בית דין אין אנטווערפען.
- רבי שמואל אבא האגער (ה'תרנ"ו (אומגעפער) - י"ז חשוון ה'ת"ש), פון וויזשניץ
- מרת חיה, די ווייב פון רבי שלום רוקח, פון סקאהל.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי אלטער יחזקאל הורוויץ, פון דזשיקאוו.
- מרת שרה, די ווייב פון רבי צבי חיים הורוויץ פון רימאנאוו.
- מרת דבורה די ווייב פון רבי אלטער מנחם מענדל האגער הי"ד (ד' כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט אייר ה'תש"ד), פון בארשא.
- מרת שיינא רחל די ווייב פון רבי אברהם יהושע העשל פון זשינקאוו.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי מרדכי שרגא פרידמאן (ה'תרנ"ד (אומגעפער) - ט"ז טבת ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ, א זון פון רבי מנחם נחום פרידמאן, פון באיאן און טשערנאוויץ.
נאך דער חורבן אייראפע האט רבי חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", פון מארמארען ראמעניע איבערגעפלאנצט דאס חסידות אין ארץ ישראל. נאך זיין פטירה האט זיך צעטיילט דאס חסידות. זיין עלטסטער זון רבי משה יהושע האט איבערגענומען די רעביסטעווע און אויפגעשטעלט א חצר אין בני ברק, און זיין זון רבי מרדכי האגער האט אויפגעשטעלט זיין חצר אין מאנסי, ניו יארק.
רבי משה יהושע האט געדינט אלס נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. דער צענטער פונעם חסידות איז אין קרית וויזשניץ אין בני ברק, וואו מער ווי 2,300 משפחות וואוינען. דאס חסידות האט קאנצענטראציעס פון חסידים אין ירושלים, רחובות, אלעד, ביתר עילית, בית שמש, מודיעין עילית, אשדוד, חיפה, עפולה און צפת. אין חו"ל זענען פאראן וויזשניצער שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער.
פראקטיש האט זיך דאס חסידות צעשפאלטן אין די לעצטע יארן פון רבי משה יהושע צווישן זיינע צוויי זין. דער בכור רבי ישראל האט געפירט דאס חסידות בפועל צוליב זיין פאטערס קראנקייט. רבי מנחם מענדיל דינט אלס אב"ד קריית וויזשניץ אין בני ברק, אבער למעשה פירט ער אן אייגענעם הויף.
היינט איז רבי ישראל וויזשניצער רבי אין בני ברק, און רבי מענדיל פירט א הויף "מרכז חסידי וויזשניץ" אין בני ברק.
דעם רבינס איידעמעס זענען: דער סקווערער רבי - הרב דוד טווערסקי, דער סאטמארער רבי - הרב אהרן טייטלבוים, דער בעלזער רבי - הרב ישכר דוב רוקח און רב מנחם ערנסטער, ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה.
רבי מרדכי האט זיין צענטער פונעם חסידות אין מאנסי, ניו יארק. זיינע חסידים האבן שטיבלעך אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע - בארא פארק, וויליאמסבורג און מאנסי, און אין אייראפע - אין אנטווערפן, לאנדאן און מאנטשעסטער.
רבי חיים האגער - אטיניא צווייג
- רבי חיים האגער (כ"ג אייר ה'תרכ"ג - כ"ה כסלו ה'תרצ"ב), פון אנטוניא.
- רבי ישראל שלום יוסף האגער הי"ד ( - י"ט אייר ה'תש"ד), פון סטאניסלאוו.
- החתן ברוך הי"ד.
- רבי מנחם מענדיל האגער.
- די ווייב פון זיין ברודער רבי יחיאל מיכל האגער הי"ד ( - י"ג כסלו ה'תש"א), פון הורודענקא.
- די ווייב פון רבי ישראל פרידמאן (ט"ז כסלו ה'תרי"ח - כ"ט כסלו ה'תש"ט), פון הוסיאטין.
- מרת העניא, די ווייב פון רבי אהרן פרידמאן (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.
- רבי ישראל שלום יוסף האגער הי"ד ( - י"ט אייר ה'תש"ד), פון סטאניסלאוו.
שטאמבוים
|
|||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
ספרים פונעם וויזשניצער הויף
- "אהבת שלום"- פון רבי מנחם מענדיל פון קאסאוו
- "תורת חיים" - פון רבי חיים פון קאסאוו
- "צמח צדיק" - פון רבי מנחם מענדיל האגער, גרינדער פונעם וויזשניצער הויף
- "אמרי ברוך" - פון רבי ברוך האגער
- "אהבת ישראל" - פון רבי ישראל
- "טל חיים" - פון רבי חיים האגער פון אטיניע
- "אמרי חיים" - פון רבי חיים מאיר.
- "שארית מנחם" - פון רבי מנחם מענדיל האגער פון ווישעווע
- "דמשק אליעזר" - פון רבי אליעזר האגער
- "מקור ברוך" - פון רבי ברוך האגער (סערעט) פון סערעט־וויזשניץ
זשורנאלן און בלעטער:
- בית ויז'ניץ - חודש זשורנאל פונעם חסידות (זייט תמוז תשנ"ב)
- צעירי ויז'ניץ - בלאט פון צעירי וויזשניץ ארגאנציזאציע (זייט תמוז תשנ"ב)
- מלכות ויז'ניץ - חודש זשורנאל פון רבי מענדל האגער פון בני ברק (זייט תשס"ח)
- פונעם רבינ'ס הויף- וועכנטלעכער זשורנאל מיט מאמרים פונעם רבי'ן ווערנט דער וואך, און א באריכט פונעם רבינס טעטיקייטן.